טוישן דיפאלט בראוזער + מעלות/חסרונות פון בראוזערס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

טוישן דיפאלט בראוזער + מעלות/חסרונות פון בראוזערס

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 10:10 am

זיי האבן מיך גליקליך געמאכט! ישר כח, ישר כח!!!

פאריגע וואך זעה איך אויף מיין גימעיל אז גוגל האט א וועג צו פארשנעלערן מיין אינטענעט ספיד, גיי איך אריין צו דעם לינק, אפפערן זיי זייער גוגל טשעראם (כ'מיין איך זאג עס גוט) פאר פרי, מיינענדיג אז ר' גוגל'ען קען מען טראסטען האב איך עס געדאונלאוד אין אינסטולט, אין לאמיר יעצט זעהן וואס זיי קענען.

אויף די ערשטע מינוט מאכט עס גאנץ א גוטן רושם, אבער שנעלער ארבעט עס נישט, בכלל נישט, צו עפענען די פארומס אין די אידישע וועלט נעמט פונקט אזוי לאנג ווי עס נעמט אין אינטערנעט עספלארער...

ולא די בזה, שטויס איך מיך אן און נאך 2 מעידזשאר פראבלעמען!

1) מען קען נישט פרונטען Selection (נאר וואס עס איז סעלעקטעט), געווענליך קען מען כמעט איבעראל סעלעקטן א פאראגראף אדער א שורה, אין דערנאך ווען מען עפענט דעם פרונטער קען מען זאגן איך אז עס זאל פרונטען נאר וואס עס איז סעלעקטעט, ביי זיי איז דער אפשען נישט עוועליבעל.

2) די צווייטע פראבלעם גרעניצט זיך שוין מיט ראסיזעם... איך קען נישט שרייבן אידיש. יא! אזוי ווי איר הערט, אז איך וויל שיקן א אידישע אימעיל, קענסטו זיך שטעלן אויפן קאפ, עס גייט נישט.

האבעך באשלאסן, מוחל טובות, גיי דיר ארויס פון דא, לא מדובשך ולא מדרוקטצעך, זיי מיר געזונט, גיי מאך גליקליך א צווייטען, גיי דיר פון דאנעט, און גענדיגט.

אבער א חורבן האבן זיי מיר איבערלאזט די חברה, ווען איך וויל עפענען א א וועב-זייטל דורך א שארטקאט זאגט מיר דער קאמפיוטער אז ער ווייסט נישט מיט וועלכע פראגראם עס צו עפענען, ווייל די רויבערס האבן אלעס אנגעשטעלט צו עפענען מיט זייער בראוסער, און וויבאלד איך האב עס אנ-אינסטולד, ווייסט ער נישט ווי צו עפענען די לינקס.

ווייסט איינער ווי אזוי מען טוישט דעם דיפאלט אינטערנעט בראוסער???
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:12 am

גיי צי טולס אינטענעט אפשענס גיי צי פראגרעמס
דריק די באטאן
make dfault

ביידע וועי איך בין מיך מחיה מיט קראום
יא סהאט אפאר באגס דא דארט אבער סאיז מוראדיג ציגענגליך און פלעקסיבל אין שנעל
און סתם צי וויסן גוגל קראום עפענט א נייע פראסעסס אויף יעדע טעב מען קען דעבאטירן צי עס איז בעסער צי נישט
ווי אויך האט גוגל קראום א אייגענע טעסק מענדזשער ווינדאו

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:14 am

ווייסעך וואס האט געשריבן:זיי האבן מיך גליקליך געמאכט! ישר כח, ישר כח!!!

פאריגע וואך זעה איך אויף מיין גימעיל אז גוגל האט א וועג צו פארשנעלערן מיין אינטענעט ספיד, גיי איך אריין צו דעם לינק, אפפערן זיי זייער גוגל טשעראם (כ'מיין איך זאג עס גוט) פאר פרי, מיינענדיג אז ר' גוגל'ען קען מען טראסטען האב איך עס געדאונלאוד אין אינסטולט, אין לאמיר יעצט זעהן וואס זיי קענען.

אויף די ערשטע מינוט מאכט עס גאנץ א גוטן רושם, אבער שנעלער ארבעט עס נישט, בכלל נישט, צו עפענען די פארומס אין די אידישע וועלט נעמט פונקט אזוי לאנג ווי עס נעמט אין אינטערנעט עספלארער...

ולא די בזה, שטויס איך מיך אן און נאך 2 מעידזשאר פראבלעמען!

1) מען קען נישט פרונטען Selection (נאר וואס עס איז סעלעקטעט), געווענליך קען מען כמעט איבעראל סעלעקטן א פאראגראף אדער א שורה, אין דערנאך ווען מען עפענט דעם פרונטער קען מען זאגן איך אז עס זאל פרונטען נאר וואס עס איז סעלעקטעט, ביי זיי איז דער אפשען נישט עוועליבעל.

2) די צווייטע פראבלעם גרעניצט זיך שוין מיט ראסיזעם... איך קען נישט שרייבן אידיש. יא! אזוי ווי איר הערט, אז איך וויל שיקן א אידישע אימעיל, קענסטו זיך שטעלן אויפן קאפ, עס גייט נישט.

האבעך באשלאסן, מוחל טובות, גיי דיר ארויס פון דא, לא מדובשך ולא מדרוקטצעך, זיי מיר געזונט, גיי מאך גליקליך א צווייטען, גיי דיר פון דאנעט, און גענדיגט.

אבער א חורבן האבן זיי מיר איבערלאזט די חברה, ווען איך וויל עפענען א א וועב-זייטל דורך א שארטקאט זאגט מיר דער קאמפיוטער אז ער ווייסט נישט מיט וועלכע פראגראם עס צו עפענען, ווייל די רויבערס האבן אלעס אנגעשטעלט צו עפענען מיט זייער בראוסער, און וויבאלד איך האב עס אנ-אינסטולד, ווייסט ער נישט ווי צו עפענען די לינקס.

ווייסט איינער ווי אזוי מען טוישט דעם דיפאלט אינטערנעט בראוסער???

מאך סיסטעם ריסטאר, וועסטו האפענטליך געהאלפן ווערן.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:18 am

ישר כח
לעצט פאראכטן דורך ווייסעך וואס אום דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:21 am

איך_הער?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:22 am

ווייסעך וואס האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:ביידע וועי איך בין מיך מחיה מיט קראום


דיך שטערט נישט מיינע 2 פראבלעמען?

איך בין אויס קאפעלטוש מאכער אן די 2 אפשענס

ישר כח פאקאטי און קענסט_מיך פאר ענקער הילף!
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:40 am

קענסט מיך? רחמנא ליצלן.

ווי קומט אריין סיסטעם ריסטאר צו סעטן א דיפאלט בראוזער????????????

סיסטעם ריסטאר איז די סאמע 'לעצטע' אפציע ווען עפעס איז גוט גוט אנגע'מכין'ט אינעם קאמפיוטער. נישט פאר נישטיגע סעטינג וואס בר בי רב קען עס מאכן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:44 am

גוט צו הערן פון דעם ווייסעך, נעכטן האט מיר איינער שטארק צוגערעט אז קראום איז עפעס געוואלדיד,מיט שפייעכטץ האט ער גערעט דערפון, פארשטייט זיך אז איך גיי נישט גיין אפקויפן יעדן נייעם download פאר איך כאפ א בליק אינעם קרעטשמע.
האט אפשר איינער א רעקעמענדעשאן פאר מיר?
ווייסעך וואס זאגזטו? any update? האסט געהערט נאך עפעס וועגן פראבלעמען?
פאטאקי איז זייער צעפרידן דערמיט זעי איך

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:52 am

שוועמל האט געשריבן:קענסט מיך? רחמנא ליצלן.

ווי קומט אריין סיסטעם ריסטאר צו סעטן א דיפאלט בראוזער????????????

סיסטעם ריסטאר איז די סאמע 'לעצטע' אפציע ווען עפעס איז גוט גוט אנגע'מכין'ט אינעם קאמפיוטער. נישט פאר נישטיגע סעטינג וואס בר בי רב קען עס מאכן.

פון דיינע ווערטער קוקט אויס ווי "סיסטעם ריסטאר" איז ווי אן "אפאראציע" וואס מען מאכט נישט נאר ווען ס'איז קריטיש וויכטיג און אפילו ווען מ'מוז לויפט מען צו גוטע יודן זיך שואל עצה זיין...

וואס איז דער הסבר? וואס איז די ריסק פון "סיסטעם ריסטאר" חוץ פון דעם וואס מ'פארלירט אלע פראגרעמס וואס מען האט אינסטאלט אין די צייט פון די ריסטאר פוינט?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:54 am

איך בין אויך זייער צופרידן געווען מיט קראום, נאר איך האב געטוישטצו פייערפאקס ווייל מיט קראום ארבעט נישט roboform, א פראגרעם וואס איך ניץ אסאך.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:57 am

joe greenstein האט געשריבן:ווייסעך וואס זאגזטו? any update? האסט געהערט נאך עפעס וועגן פראבלעמען?


זאג מיר קודם די מעלות...

איך זעה נישט וואס גיי גיבן מער ווי אינטערנעט עקספלארער, זיי זאגן אז עס איז שנעלער, אבער ווייסעך וואס, לא דובים ולא יער, איך האב געטיימט ווי לאנג עס נעמט צו עפענען א פארום אין די אידישע וועלט אויף ביידע בראסערס, עקספלארער האב געווינען דעם רעיס.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:26 pm

Chrome browser איז נאך אין די ערלי סטעיזשעס (אין די פעמפערס) און פון מיין עקספיריענס לוינט זיך קיינמאל נישט איינצוהאנדלן ווערסיע 0.1.

יא, עס איז גענצליך אומזיסט קאסט נישט קיין גרייצער, אבער דערווייל איז עס זייער ארים, עס פארמאגט קוים פיעטשורס, און סאפפארט נישט אסך סייטס.

קען זיין די נעקסטע ווערסיע וועט זיין זיך צו באלעקן.


קענסט מיך?;
סיסטעם ריסטאר איז ווי איבערפעינטן אלטע פארשימעלטע האלץ. אנשטאט ארויסנעמען און לייגן נייע גיט מען א שמיר ארויף א באנדאזש און פארטיג. עס איז בכלל נישט אזוי שלעכט און די איידיע איז א מוראדיגער. אבער פרוביר דאס ווי ווייניגער צו נוצן, אלע פראגראמס און רעזשיסטרי ענטריס בלייבן דארט, גארנישט מעקט זיך נישט אויס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:28 pm

איך האב עס נאך אפילו נישט עזעהן אבער וואס זיי זאגן איז אז עס איז נישט אזוי ווייט שנעל אין ספיד די לעיאוט איז זייער 'הענדי' סא קומט אן און די טרעפטס אלעס שנעלער,אויך האבן זיי פארשידענע shortcuts ווי למשל אויפן home page קענסטו האבן אסאך pages (פון זייטלעך) גרייט צו ניצען

איז עס אזוי פאטאקי?

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:34 pm

שוועמל, די ניצט FireFox ? איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט הצלחה מיט א search פון זייער browser נאר google קען מיר העלפן.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:38 pm

איך שרייב יעצט פון קראום, עס האט א מורא'דיגע פיטשער אז מען אויפמאכן א אינקאגניטאו ווינדאו,(incognito window) דאס מיינט אז גארנישט ווערט געסעיווט נאך דו מאכסט צו דעם ווינדאו - נישט קיין פעסווארדס און נישט גארנישט

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:39 pm

און צו טוישן די דיפאלט בראוזער מאך א רייט קליק אויף א אינטערנעט שארטקאט און מאך עס זאל זיך אויפמאכן מיט וועלכע פראגראם דו ווילסט

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:54 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:איך שרייב יעצט פון קראום, עס האט א מורא'דיגע פיטשער אז מען אויפמאכן א אינקאגניטאו ווינדאו,(incognito window) דאס מיינט אז גארנישט ווערט געסעיווט נאך דו מאכסט צו דעם ווינדאו - נישט קיין פעסווארדס און נישט גארנישט


פארוואס קענסטו שרייבן אין אידיש, אין איך האב נישט געקענט?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:35 pm

איך ווייס נישט, פון אנדערע בראוזערס קענסטו יא?

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:37 pm

יא אוודאי! זעהסט דאך אז איך שרייב דיר איצט!

גראדע האב איך נישט פרובירט צו שריבן אויף אידישע וועלט, אבער איך האב יא פרובירט צו שרייבן א אידישע אימעיל, און ער האט זיך נישט געלאזט איבערדרייען.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:38 pm

אפשר פרוביר צו גיין צו אפשענס>מיינער טוויקס>פאנטס און לענגוויטשעס און שפיל זיך דארט ארום

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:39 pm

עס איז שוין דערנאך, איך האב אים שוין ארויסגעקאפעט.

נאר ער האט נאכגעלאזט א שטיקל חורבן, וואס דאס האט מיר געברענגט צו עפענען דעם אשכול.
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:44 pm

איך ווייס נישט וועגן דיר, אבער מיין פייערפאקס און איי אי איז געווען געהיידזעקט און מיר נאר געברענגט פראבלעמען ביז איך האב באקומען קראום און אלס איז געווארן מסודר.

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:07 pm

ווייסעך,בען בלישעם האט מיר זייער גוט ציגעוויזן צי א זייטל אויף אידיש וואס צייגט אן ווי אזוי אנצישטעלן אידיש, אפשר וועסטו קענען עפעס טרעפן.

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:10 pm


אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 10:35 pm

איך נוץ גוגעל קראום שוין עטליכע חדשים, עס האט געוויסע חסרונות אבער איך בין שוין געבליבן דערמיט אויף דערוויילע. איבריג צו זאגען אז עס שרייבט זיך פיין דערויף אין אידיש.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט