בלאט 1 פון 1

דרימוויוער Dreamweaver

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 4:16 pm
דורך חסידיש
איך בין ניי אויף די פארום. ביטע מיך אנטשולדיגען אויב איך שרייב נישט אויפען גיטען פלאץ. דאס איז מיין ערשטע פאוסט.

איך וויל זייער וויסען אויב איינער ביים היימישען עולם האט עספיריענס מיט די לעצטע פראגראם Dreamweaver CS4 צו דיזיינען וועב סייטס.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 29, 2008 3:48 pm
דורך חסידיש
איך קען פשוט נישט פארשטיין?! קיינער ביים היימישען עולם נוצט נישט Dreamweaver CS4? וואס גייט פאר?

איז דא א באיקאט אנטקעגען Dreamweaver?

ביטע רופט אייך אהן אויב באנוצט איהר זיך מיט Dreamweaver.

ומענין לענין, באותו ענין... איך ווייס אז איך בין דא א נייער, קאנט איהר דאך טראכטען היתכן "האחד בא לגור וישפוט שפוט", אבל הכרח לא יגונה... איך בעט זייער די טייערע הנהלה צו מאכען א באזונדער "פארום" פאר גרעפיק דעזיין, און אין די פארום קען זיין "סאב פארומס" ווי למשל "וועט דעזיין, פעידש פאבלישינג, וכדומה.

די לעצטע זון שטראלען ווייזען זיך נאך, וויל איך ווינטשען אין די לעצטע טאג חנוכה אז די טייערע אורות חנוכה זאלען באלייכטען א גאנץ יאהר אלע אידיש הייזער מיט ברכה, הצלחה, נחת און פארנסה גרינג און בדרך כבוד פאר גאנץ כלל ישראל!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 29, 2008 5:53 pm
דורך זיידעניו
איך וואלט דיר זייער געוואלט העלפן, אבער וואס זאלעך טוהן אז איך האב נישט דעם פראגרעם, און איך פארנעם מיך נישט מיט וועב דיזיין...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 29, 2008 6:05 pm
דורך בען בלישעם
זיידע, זיידע, 'דא' קומסטע קאמפיינען???