microsoft outlook וואס איז דאס און וואס זענען זיינע מעלות?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

microsoft outlook וואס איז דאס און וואס זענען זיינע מעלות?

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 9:24 pm

איינע פון די זאכן וואס קומען אפטמאל מיט ווען מען קויפט א קאמפיוטער איז מייקראסאפט אפיס (פארשטייט זיך אז ס'ווענד זיך ביי וועם מען קויפט דאס...) איז מייקראסאפט אוטלוק, און היות איך בין קיין גרויסער תלמיד חכם אין די זאכן עפן איך זיך אויף דעם אשכול און איך בעט ווער עס קען זאל מיר און זיכער אויך אנדערע בייהילפיג זיין מיטן אויסשארפן די ידיעות אין דעם ענין.

נאך איידער ווי וואס און ווען, האב איך זיך אריינגעסיינט, מעשה באלעבאס, אין דעם אוטלוק און אריינגעשטעלט מיין אימעיל אדרעסע אין אוטלוק, און קוים איך האב זיך געכאפט וואס איך בין דא באגאנגען האט אנגעהויבן אריינצופליסן אלע מיינע טויזענטער אימעילס וואס איך האב אמאל באקומען אין מיין אזוי באליבטען דזשימעיל (וואס אגב איז באזונדער ווערד צו באשרייבן זייער חוצפה פון קודם געבן מיט אזא ברייטקייט אסאך אימעיל ספעיס פון בערך צוויי גיג און דערנאך ווען מען האט זיך שוין אזוי איינגעוואוינט נישט אויסצומעקן קיין אימעילס האבן זיי פלוצים אפגעהאקט און אראפגעשינדן די פרייע סחורה אז היינט האלט איך שוין ביים כמעט אויסנוצען מיין גאנצע ספעיס) און יעדע סעקונדע האט ער פריש געגעבן א וואקס ארויס מיט די נייע אימעילס וואס ער האט יעצט אריבערגעפירט.

עכ"פ וויל איך וויסן וואס געט ער מיר מער ווי ווען איך האב אפן מיין גימעיל און איך באקום סייווי אלע מיינע אימעילס.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 9:55 pm

די רעדסט פון אוטלוק עקספרעסס אדער מייקראסאפט אוטלוק? מייקראסאפט אוטלוק קאסט געלט און די עיקר דערפון איז די באקוועמליכקייט פון אדרעס בוק און אפוינטמענטס, טעסקס, און נאך, אימעיל איז נאר א קליינער חלק פון דעם, אויב ווילסטו נאר ניצן אימעיל נעם ענדערש אוטלוק עקספרעסס (אדער 'ווינדאוס מעיל' אין וויסטע).

אגב מיין דזשימעיל האלט ביי איבער 7 גיג און האלט אין איין וואקסן, מסתמא איז ביי דיר די זעלבע נאר די באקומסט אסאך מיט פיילס.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 9:31 pm

א דאנק אייך ר' דאטקאם.

דעם אשכול האב איך בעיקר געשריבן ווייל איך האב חשק צו וויסן וואס איז דער פראגראם "מייקראסאפט אוטלוק" בכלליות. יעצט אז דו האסט אין דיינע ווערטער געשריבן אז דאס קען צוהעלפן וועגן אפוינטמענטס וויל איך טאקע מער הערן דערוועגן, ווייל אין דער זעלבער צייט האב איך געשריבן א צווייטן אשכול אז איך זוך א גוטער פראגראם וואס זאל מיר צוהעלפן האלטן א גוטן סקעזשועל.

קוק דא:

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט