בלאט 1 פון 3

היימישע ספעמערס, ווי גיט מען זיך אן עצה מיט זיי?!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 2:32 pm
דורך חייקל
וואס טוט מען מיט די היימישע ספעמערס?!

א פרישע בראך אויפ'ן קאפ, דער "גוט מארגן בלעטל" האט איין טאג מיט גרויס שלימזלנות ארויסגעשיקט זיין אימעיל ליסטע נישט אין BCC
וואס האט נאכגפאלגט מין א פארעווע התנצלות און "מיר האפן אז אומפאראנטווארטליכע מענשטן וועלן דאס נישט אויסניצן פאר זייער אינטערעסן".
יא, זיכער... זיי וועלן זיך אסאך רעכענען מיט דיר אדער מיט מיר

זינט דאן באקום איך פון געוויסע חסידות'ער וואס וויל מיר שיקן אומגעבעטענע פראפאגאנדע, און פרובירן מיט צו פארכאפן צו זייער חסידות
(זיי ווייסן נישט אז איך בין שוין פארכאפט אין די "מלכות קרעטשמע").

נו שוין ער שיקט א גוט בילד אדער גליון, מהיכי תיתי, שיקן זיי אבער אומצאליגע אטעשטמענטשס פון שווערע דזשעיפעגס,
נישט גענוג כ'האב גזעעהן דעם רבי'ן טאנצן מצוה טאנץ פון די פארענט, כ'מוז עם זעהן פון אלע זעקס זייטן, אין יעדן פאוז...

כ'וואלט שוין מקיים בכל זאת החרשתי אויף דעם אויך, נו שוין, דער חסיד מעג אויך האבן א גוטן טאג, ער האט געבויעט זיין חסידות כלומרש'ט (כאטש וואס פונקט פארקערט, כבין געווארן אויפגערעגט אויף זיין חסידות פאר'ן ספעמן מיין אימיעל).

אבער קוקט אויס אז יעדער חסיד'ל באקומט חסידות-פוינטס פאר וויפיל נייע חסידים ער וועט רעקרוטירן, באקום איך דאס אריינגעשיקט יעדע 2 שעה פון נאך א חסיד'ל, און נאך א חסיד'ל וועלכע טוען פריש ספעמען מיין מעיל באקס.

דא האב איך שוין געפלאצט!
אינאף איז אינאף! פלעגט מען זאגן אינדעראלטערהיים.

גייט אריבער א פאר טעג, אין אן אנדערע מלכות'דיגע הויף האט געהאט א מסע הקודש צו א שכינות'דיגן סיטי, לאמיר גיבן א משל פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, מוז דאך דער פראפעגאנדע אפעראט צעשיקן די ווידיאו בילדער פונעם רבינ'ס קבלת פנים-באגלייטן-הבדלה להגדיל את ה... חסידות בכל מה דאפשר.

זיי ווייסן ווידער נישט אז איך בין שוין פארקויפט, כ'האב שוין ערהאלטן א דאזן אימעילס ווי כ"ק אדמו"ר מפלוני שליט"א טאנצט מצוה טאנץ, טא ווי קען איך פלוצים ווערן פארכאפט פון זייער כ"ק אדמו"ר מאלמוני'ס שליט"א הבדלה, אייעם סארי יו מיסט די באוט.

שוין גענוג מיט די הומאר, ערענסט גערעדט, אויב די חסידי'םלאך ליינען אין די קרעשטמע (ווער לייענט דען נישט) בעט איך זיי דא פון דעם פלאטפארמע, פליעז ספעמט מיר נישט מיט ענקער פראפעגאנדע.

זייט נישט ברוגז, כ'האב דאס שוין געזעהן אויף "אידישע וועלט" - כל העולם כולו - העולם החרדי - די צייטונג - דער בלאט - דער איד - קאנעקשאנס - לינק - הייד פארק - ישיבה ווארלד - וכולי וגומר.

און טאמער ווילט איר דוקא יא דייקא מיך פארכאפן אין אייער נעץ, כאטש געט יור עקט טאגעדער, שיקט דאס איינמאל ארויס פון מערכה-פראפעגאנדע אפיס, כ'וועל דאס נעמן ערענסט אין קאנסידערעשיאן, אבער לאזט נישט יעדעס חסיד'ל ספעמן מיין אימעיל.

און אצינד איך גיב אייך מיין לעצטן אולטימאטום, להשומעים יונעם ותא עליהם ברכות טוב.
און אויב נישט......
וועל איך ווערן א חסיד פון רבינ'ס ברודער-שוואגער-קאזין
און עטץ זאלטס נישט זאגן כ'האב ענק נישט געווארענט, אקעי!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:20 pm
דורך 3x0
חייקל,

פאר דיר קען איך נאר זאגן אז דו האסט גוט אראפגעלייגט דעם פראבלעם, אבער פאר די וואס זענען נאכנישט אויפגעסיינט צובאקומען אזעלעכע סארט אימעילס, און ווילן עס טון, קען איך זאגן וואס איך האב געטון.

איך האב מיר געמאכט א צפעציעלע אימעיל אדרעס פאר די גוט מארגן סארט אימעילס, און עס ווערט אוטעמאטיק געפארווערד צו מיין געהעריגע אימעיל. וואס האב איך דערפון? אז ווען יענער וועט טון דאס וואס גוט מארגן האט געטון, וועל איך נישט שאדן האבן, ווייל איך באזוך כמעט נישט יענע אימעיל אקאונט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:26 pm
דורך אונגארישער
עי טריא איך האב געמיינט אז נאר איך וויס דעם סוד...........................................

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:41 pm
דורך thefact
זיך אנצונעמן פאר דעם גוט מארגן
וויל איך דא דערמאנען דעם עולם אז יעדע נייע בלעטל מאכט איין מאל דעם טעות

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:45 pm
דורך חייקל
thefact האט געשריבן:זיך אנצונעמן פאר דעם גוט מארגן
וויל איך דא דערמאנען דעם עולם אז יעדע נייע בלעטל מאכט איין מאל דעם טעות

אמת און וואר, ריכטיג, יעדער מאכט אמאל דעם טעות, דערפאר האב איך נישט אטאקירט זיי אין דעם ארטיקל, נאר דערמאנט בדרך אגב, אז זיי קומט זיך דאס צו פארדאנקן.
איך האב אפעלירט צו די גנבים, נישט צו דעם באג'נב'טן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:38 pm
דורך קרעמער
חייקל;

מעכטיג ארויסגעברענגט דעם וויי-געשריי, נוסח קרעטשמע, און מיר האפן אז די ריכטיגע תוצאות וועלן נאכפאלגן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:31 pm
דורך איך_הער
חייקל, א גוט שטיקל, הערליך אראפ געלייגט.

טריאו, כאפעך נישט די עצה, די אלע ספעמד אימעיל'ס (מערעטעך נישט פון עכטע ספעם) ווערן דאך אויך געפארווערד, ניין?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:20 pm
דורך לאז געמאכט
איך נוץ אויך די עצה פון נוצן עטליכע אימעלס די אויפטי איז פארשידענארטיג, קודם ווייסעך בערך פון ווי ס'קומט, אויב זע איך אז איין אימעיל אדרעסע האט אנגעהויבן פלוצלינג באקומען אימעילס ווייסעך אז דעם וואס כ'האב לעצטענס געגעבן די אימעל שטייט אונטערדעם... און חוץ דעם אימעילס וואס כ'וויל נישט באקומען אין מיין באקסל אבער פון צייט צו צייט קען איך באשטיין עס צו קוקן שטעל איך אן עס זאל גיין אין ספעם אריין אין ווען איך וויל גיי איך צו יענע אקאנט אין מען נעמט עס פון דארט...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:07 pm
דורך פריץ
איך הער

מען עפענט א אימעיל קאנטע למשל junkmailporitz@gmail.com
און מען שטעלט אן א פילטער אז יעדעס מאל עס קומט אן א אימעיל פון gitmorgen@gitmorgen.com
זאל זיך עס פארדווערדן צי מיין אקאונט וואס איך עפן יא

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:13 pm
דורך איך_הער
אהא, איי גאט איט, יישר כח.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:32 pm
דורך אלף בית
אין מדינת ישראל איז לעצטענס געווארן א געזעץ אז די אלע קאמפאניס טארן נישט ארומשוקן אימיילס נאר אויב מאיז סורבסקרייבט, מדארף זעהן אז דא אין אמעריקע זאל אויך ווערן די סארט געזעץ

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 11:00 pm
דורך DotCom
מיט פילטער קענסטו אויך אנשטעלן אז יעדעס מאל די באקומסט אן אימעיל וואס האט אין זיך א געוויסע ווארט זאל זיך עס גלייך מעקן אדער רעפארט ווערן אלס ספאם (וואס טוט עס אויף? גיי ווייס) אזוי קענסטו פילטערן א נאמען פון די חסידות אדער נאמען פונעם זענדער.
אדער לייג זיי אויפ'ן שווארץ ליסט אזוי ווי איך טו כסדר.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:38 am
דורך יאנאש
איך בין אויך געשלאגן מיט אזא פראבלעם, איך האב מיר שוין אויסגעלערנט לעבן דערמיט, און געווענליך ווערסטו אראפגענומען מיט איין 'רימאוו' ריפליי, אבער עס איז טאקע דא עטליכע וואס האבן א מישען צו פייניגן און ביי זיי העלפט נישט קיינע בקשות.

עניוועי, דער עיקר איז אז איך בין געוואר געווארן אויף די מערסט הומאריסטישע וועג אז עס איז א צרות רבים, יישר כח חייקל.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:28 am
דורך שוועמל
איך ווייס נישט וואו דיינע אימעילס קומען אן, אבער אויב קומען זיי צו אוטלוק עקספרעס קענסטו קריעטן א רול פאר דעם אימעיל.
דהיינו, אלע אימעילס וואס קומען פון, אדער וואס האבן אין זיך א טייטל פון gitmorgen@gotmorgen.com זאל בכלל נישט ווערן געדאונלאד פון סערווער (אריגינעלע אימעיל), און\אדער זאל ווערן גלייך אויסגעמעקט. (מעגסט מאכן צוויי רולס וכדומה).

איך בין לעצטענס גאר שטארק פארפלייצט מיט ריכטיגע ספעם, און דער מעטאד האט שטארק געהאלפן.
כאטש די ספעממערס ווייסן גוט פון די אלע טריקס דערפאר שיקן זיי אייביג פון אנדערע אימעיל אדרעסן, און מיט אנדערע טייטלס (סובזשעקט) אפט מאל שלעכט געספעלט כדי די רול זאל נישט זיין אין עפפעקט.

ס'יז א פראבלעם און מען לעבט דערמיט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:53 am
דורך פויער
איך האב דריי אימעילס און איך האב מיר קיינמאל נישט איינגעשריבן צו באקומען גוט מארגן אבער זי האבן עס מיר געשיקט, פון ווי זיי האבן מיינע אדרעססען ווייס איך נישט אבער איך בין זייער בייז עס איז גאר א גרויסע חוצפה צו שיקן צו מענטשען וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן, איך ווייס אפילו נישט וואס זיי האבן דערפון

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 8:57 am
דורך קאמפיוטערנייעס
פויער עמו אנכי בצרה
איין שיינעם גרינעם דינסטאג האב איך עס ענגעפאנגען צו בייקומען איך האב נישט קיין אונונג פון וואו זיי האבן מיין אימעיל אבער עס איז א גאלדיגע חוצפה צו שיקן פאר איינעם וואס האט זיך נישט איינגעסיינט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 9:31 am
דורך שעפעלע זיסע
והוקע אותם נגד השמש
דארף מען מפרסם זיין די אלע שיקערס
שמם ושם אימייליהע"ם ושם רבותיהם ומשלחיהם
מיט גרוסע קידוש לבנה אותיות
זאלען זיי סטאפען מיט די דומהייטען

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 12:51 pm
דורך מאשקע
איך האב אויך אנגעהויבן פלוצלינג צו באקומען אימעיל פון אן אומגעבעטענעם שיקער/שיכור. כ'האב איינמאל ריפלייעט אז ער זאל מיך אראפנעמען, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

ר' חייקל, כ'האב אבער הנאה געהאט פון דיין הומאריסטישן באשרייבונג. אט אזאנס וואלט איך יא געוואלט באקומען טעגליך אין מיין אימעיל באקס!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:17 pm
דורך שמערי בערי
פויער האט געשריבן:איך האב דריי אימעילס און איך האב מיר קיינמאל נישט איינגעשריבן צו באקומען גוט מארגן אבער זי האבן עס מיר געשיקט, פון ווי זיי האבן מיינע אדרעססען ווייס איך נישט אבער איך בין זייער בייז עס איז גאר א גרויסע חוצפה צו שיקן צו מענטשען וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן, איך ווייס אפילו נישט וואס זיי האבן דערפון


דאס זעלביגע ביי מיר, איך האב אנגעהויבן צו באקומען די אימעילס "נישט" אין מיין אימעיל וואו איך באקום די גוט-מארגן'ס (הגם דארט באקום איך עס אויך), א חבר מיינער האט מיר די זעלבע צייט דערציילט אז ער באקומט עס אויך אן זיין אריינגעסיינט אין גוט מארגן.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:55 pm
דורך חייקל
מאשקע האט געשריבן:איך האב אויך אנגעהויבן פלוצלינג צו באקומען אימעיל פון אן אומגעבעטענעם שיקער/שיכור. כ'האב איינמאל ריפלייעט אז ער זאל מיך אראפנעמען, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

ר' חייקל, כ'האב אבער הנאה געהאט פון דיין הומאריסטישן באשרייבונג. אט אזאנס וואלט איך יא געוואלט באקומען טעגליך אין מיין אימעיל באקס!


דאנקע שיין, העמיר זעהן, דערווייל איז מיין שרייבן אויף פראבעישאן :roll: צוליב געוויסע סיבות ואכמ"ל

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:42 pm
דורך שנאפס
נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm
דורך מאנ-יימער
שנאפס האט געשריבן:נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?

יא, שוין אנסובסקרייבד.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מאן יימר האט געשריבן:יא, שוין אנסובסקרייבד.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm
דורך ווער בין איך?
מאנ-יימער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?

יא, שוין אנסובסקרייבד.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:44 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קוקט אויס ווי ער האט גענוצט די אימעיל גרופע ליסטע