אלערט: וויירוס אדער האוקס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

אלערט: וויירוס אדער האוקס

תגובהדורך פויער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 5:39 pm

באקומען היינט אין אימעיל
למיחש מיהו בעי
http://www.snopes.com/computer/virus/mailserver.asp

קאוד: וועל אויס אלע

(ALERT)
 

THIS IS VERY SERIOUS, PLEASE SEND EVERYONE ON YOUR E-MAIL LIST!   

Anyone-using Internet mail such as Yahoo, Hotmail, AOL and so on.

This information arrived this morning, direct from both Microsoft and Norton.

Please send it to everybody you know who has access to the Internet.

You may receive an apparently harmless e-mail titled   'Mail Server Report'

If you open either file, a message will appear on your screen saying:
'It is too late now, your life is no longer beautiful.'

Subsequently, you will LOSE EVERYTHING IN YOUR PC, and the person who sent it to you will gain access to your name, e-mail and passwords.

This is a new virus which started to circulate on Saturday afternoon.

AOL has already confirmed the severity, and the anti virus software's are not capable of destroying
it.

The virus has been created by a hacker who calls himself 'life owner'.

PLEASE SEND A COPY OF THIS E-MAIL TO ALL YOUR FRIENDS AND FAMILY. Ask them to
PASS IT ON IMMEDIATELY!

THIS HAS BEEN CONFIRMED BY SNOPES.

לעצט פאראכטן דורך פויער אום מיטוואך דעצמבער 10, 2008 9:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 5:54 pm

נאך א מזל אז די האסט נישט געלייגט קיין 50 עקספלענעישאן מארקס, מיט 49 האסטו מיר שוין אויך גענוג אפגעשראקן. :!:

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 5:56 pm

וואס קען איך טוען אז עז זאל נישט געשעהן?

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 5:57 pm

צוביילטער האט געשריבן:נאך א מזל אז די האסט נישט געלייגט קיין 50 עקספלענעישאן מארקס, מיט 49 האסטו מיר שוין אויך גענוג אפגעשראקן. :!:

מאך נישט קיין ליצנות עס איז גאר ערענסט

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 6:00 pm

עפען עס נישט. ניין?

אוועטאר
ושמרת קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 3:19 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ושמרת קאמפיין » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 6:10 pm

ס'איז שרעקעדיג.....
יעס ווי קען! יא מיר קענען!

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 6:41 pm

פארגעסן צו זאגן, יישר כח פויער פאר די גאר וויכטיגע אינפארמאציע.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 6:52 pm

אויב עס קען זיין אמת...

זאל יעדער זיכער מאכן אז ער עפנט נישט קיין אימעיל נאר אויף די קאמפיוטער וואס האט א אימעיל סקענער אויף די אנטי וויירוס אזויווי AVG וכדומה
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 7:17 pm

KCSP האט געשריבן:
צוביילטער האט געשריבן:נאך א מזל אז די האסט נישט געלייגט קיין 50 עקספלענעישאן מארקס, מיט 49 האסטו מיר שוין אויך גענוג אפגעשראקן. :!:

מאך נישט קיין ליצנות עס איז גאר ערענסט


קום איך ארויף אויפן אידישע וועלט, קוק איך ביי די לעצטע באהאנדלונגען אין די פארומס, זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער אזוי:
אלערט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
משיח קומט ביז 20 טעג

גיי איך אריין, זעה איך אז מ'האלט נאך נישט דארט. פארשטייסט מיינע נערוון?

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 2:01 am

הא הא הא, צוויי אנדערע וועלטן...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 8:52 am

די פונקטליכע פרטים פון סעמענטעק (די מוטער קאמפאני פון נארטאן אנטי וויירוס) בנוגע דעם וויירוס וואס קוקט אויס ווי א האוקס
http://www.symantec.com/security_respon ... 99&tabid=2

איך וועל פרובירן מסביר זיין אויף פלעין אידיש וואס דא גייט לכאורה (אלעדזשעדלי) פאר.

ס'איז פאראן צוויי וועגן צו טעראזירן די מענטשהייט מיט א וויירוס;

איינס: דורך שיקן און פארשפרייטן די בייזוויליגע ווירוסן, וואס דאס איז געווענליך די ארבייט פון א טעראריסט א רוצח וואס פרובירט זיך צו באהאלטן אונטער די קנעפלאך פון זיין קי-בארד און טעראזירן די מענטשהייט פון זיין אומעטיגן פארשטופטן ד' על ד' לעכל ערגעץ-ווי אין א ארים פארשטופט לענדל מיט אן אלטן אבגעריבענעם קאמפיוטער כאילו די גאנצע ווועלט וואלט ווען געווען שולדיג אויף אלע זיינע צרות

צוויי: דורך אנשרעקן דעם ציבור מיט די פארשידענע "וויירוס האוקס" (בלאפפעריי - שרייען וואלף ווען ס'איז נישטא קיין וואלף) וואס דאס איז געווענליך די ארבייט פון סתם א נאכלעסיגער ליידיגייער וואס מיינט נישט עכט קיין שלעכטס, ער גלייכט פשוט אנצוציען דעם עולם און זיך האלטן ביי די זייטן לאכענדיג צוזאמען מיט זיינע חברים - אנדערע צייט-שטופערס בדומה לו - צוקוקענדיג ווי ער מאכט משוגע א וועלט

יעצט לויט ווי איך פארשטיי (קארעקט מי איף איים ראנג) איז געגאנגען דא א בייזוויליגער פארשוין - פון די ערשטע קאטעגאריע - און ער האט קאמבאנירט די צוויי אינאיינעם, ער האס גענומען אן אלטן וויירוס פון 2006 וואס איז באמת א וויירוס אבער נישט אזוי שרעקעדיג ווי ער מאכט עס, א וויירוס איז אלעמאל אומ'באטעמט אבער דער וויירוס איז בכלל נישט אזוי שרעקעדיג א ווי ער מאכט עס ס'איז נאר א לעוועל 2 אינפעקשאן - וואס דיליט "נישט" אלע אייערע פיילס און קיינער באקומט "נישט" אייערע פערזענליכע אינפארמאציע און איינער וואס האט א "אפדעיטעד אנטי-וויירוס סאפטוועיר" דארף פון דעם נישט זיין באזארגט מער ווי פון אנדערע וויירוסן.

נאר די חכמה פון דעם מאנסטער איז, אז ער האט נאכגעמאט א אלטע האוקס - די פונקטליכע שפראך און אויסזען - אבער ער האט אריינגעלייגט א "עכטע" וויירוס דערין און ממילא האט ער געכאפט צוויי פייגל מיט איין שאס

איינס: דער וואס באקומט עס אויב מאכט ער אביסל ריסערטש זעט ער אז ס'איז א האוקס ממילא איז ער נישט פארזיכטיג און ער מאכט מיט די שוועריקייטן פון א לעוועל 2 וויירוס

צוויי: פון היינט אן און ווייטער האט ער אריינגעלייגט א טעראר אין מענטשן אז יעדעס מאל איינער וועט שרייען וואלף - אפילו ס'וועט נישט זיין אמת - וועט מען קומען צו לויפן

איז ממילא די אלע וואס מאכן די שרייעדיגע קעפלעך "אלערט" מיט 49 עקסלעמעישאן מארקס שפילט פיין אריין אין די הענט פון דעס טעראריסט (כאטש מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף ידידינו הרב פויער וואס האט זיכער געמיינט לטובת הציבור ווייל אז מ'מאכט נישט קיין ריסוירטש זעט עס טאקע אויס ווי א באמבע

זאל טאקע השי"ת אונז באהיטן פון אלע א וויירוס ברוחניות ובגשמיות
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 9:23 am

אוועקגענעמען די עקסלעמעישען מארקס נישט צו העלפן דעם טעראריסט...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 11:16 am

פויער, שכוח פאר דעם אלערט, און ;l;p- פאר דיין לעצטע שורה.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט