אימעילס קומען נישט אריין קיין Outlook

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

אימעילס קומען נישט אריין קיין Outlook

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 1:39 pm

שוין א צייט אפשניט פון עטליכע טעג וואס מיינע אימעילס קומען נישט אריין אין אוטלוק.

ס'הייסט אזוי, איך באקום נייע אימעילס צו מיין ג'ימעיל אקאונט, אבער ווען איך קוועטש אויף send/receive אין אוטלוק ווילן זיי נישט אריינקומען אינעווייניג, נאר זיי בלייבן בלויז אויפן סערווער, וואס דאס פארשווערט מיר זייער דעם גאנצן אי-מעיל הו-הא.

איך וויל באטאנען אז איך קען שרייבן נייע אימעילס אין אוטלוק און עס אפי' שוקן, אבער עס שרייבט זיך נישט אויף ביי 'סענט מעילס' אין אוטלוק אבער אין ג'ימעיל זעה איך עס יא.

עטליכע פאקטן פאר די וואס ווילן מיר העלפן אין מיין פראבלעם:
1. אלע סעטינגס אין אוטלוק זענען גוט אנגעשטעלט.
2. אלע סעטינגס אין ג'ימעיל זענען גוט אנגעשטעלט.
3. איך פארמאג Microsoft Outlook 2003.

א דאנק פאר דער וואס קען מיר ארויסהעלפן!
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 2:21 pm

איז דא אן ערראר?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 3:34 pm

איך האב אמאל געהאט אז סתם איבער טייפען אלע אינפא. האט געהאלפן

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 3:38 pm

דהיינו באניצער נאמען פעסס וכדומה,כדענק נישט צו די פראבלעם איז געווען ממש די זעלבע ווי דיינס,אבער עפעס ענדליך, הצלחה,

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 3:47 pm

thefact האט געשריבן:איז דא אן ערראר?


איינע פון די זאכן וואס איך האב פארגעסן צו פארצייכענען, נעמליך עס זענען נישט פארהאן קיין שום ערארס - פשוט ווען איך קוועטשט "סענד/ריסיוו" ווייזט ער כאילו ער זוכט נייע אימעילס, אבער למעשה ברענגט ער גארנישט אריין, אפי' איך זע אין דשימעיל אז עס זענען פארהאן עטליכע נייע אימעילס
תורה איז די בעסטע סחורה.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 3:49 pm

קבל את האמת האט געשריבן:דהיינו באניצער נאמען פעסס וכדומה,כדענק נישט צו די פראבלעם איז געווען ממש די זעלבע ווי דיינס,אבער עפעס ענדליך, הצלחה,

דערפאר האבן איך געשריבן:
ביזנעסמאן האט געשריבן:1. אלע סעטינגס אין אוטלוק זענען גוט אנגעשטעלט.
2. אלע סעטינגס אין ג'ימעיל זענען גוט אנגעשטעלט.


א דאנק עניוועי
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 11:42 pm

ביזנעס מאן, ער רעדט נישט פון גוט אנגעשטעלט, ער רעדט זאלסטעס נאכאמאל אנשטעלן, און דאס קען אמאל העלפן, ביי מיר האטעס אויך אמאל געהאלפן לגבי אן אנדערע פראבלעם, אבער אביסל ענליך.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 12:05 pm

איך_הער האט געשריבן:ביזנעס מאן, ער רעדט נישט פון גוט אנגעשטעלט, ער רעדט זאלסטעס נאכאמאל אנשטעלן, און דאס קען אמאל העלפן, ביי מיר האטעס אויך אמאל געהאלפן לגבי אן אנדערע פראבלעם, אבער אביסל ענליך.


פארשטאנטתי...
איז אנשולדיגט 'קבל את האמת' פארן אוועקמאכן דיין עצה, כ'האב נישט געכאפט וואס דו מיינסט צו זאגן.

אצינד זאגט מיר עפעס אנדערשט, איבערלייגן די סעטינגס מיינט אויסמעקן מיין גאנצע איצטיגע אקאונט און אנהויבן פון פריש, אדער אריינגיין אין די יעצטיגע סעטינגס און שטאטלעך איבערשרייבן אלע אינפארמאציע אויף די פאסיגע ערטער?

כ'על אייך זאגן פארוואס איך פרעג, ווייל אמאל ווען איך האב געהאט דעם פראבלעם און איך האב אנגעהויבן זיך צו שפילן מיט די סעטינגס האבן אנגעהויבן אפירקומען פארשידענע עררארס למיניהם און איך האב געדארפט מאכן א סיסטעם ריסטאר צו אפאר טעג צוריק. איי וועט איר מיר פרעגן: פארוואס אצינד מאך איך נישט 'סיסטעם ריסטאר' וועל אייך ענטפערן איך וויל פשוט נישט פארדרייען דעם קאמפיוטער.

נאכאמאל א דאנק פאר אייער גוטן ווילן מיר צו העלפן.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 1:52 pm

קודם פראביר פלעין איבער צו שרייבן אלע אינפארמאציע, און דריק סעיוו אפדעיטס, און נאכדעם עמער זען צו ס'העלפט צו נישט, און אויב ח"ו נישט, וועלן דעמאלטס אפיר קומען די וואס קענען ענדערש העלפן, און פראבירן זייערע עצות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 9:36 pm

קען זיין איינער האט געבאדערט מיט די סעטטינגס.
געב א קוק צי די SMTP און POP3 זענען גוט אנגעשטעלט.

דאבל קליק אויפן אקאונט און גיי צו אדווענסד, וואס זענען די נומערן דארט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 11:50 am

בקיצור א'מעשה, לאמיר אייך אפדעיטן וואס ס'האט למעשה פאסירט.

(ער רעדט זיך נעבעך איין אז דער גאנצע קרעטשמע זיצט און ווארט אויף שפילקעס און זענען העפטיג געשפאנט צו וויסן וואס וועט זיין דער אויסגאנג מיט זיינע פראבלעמען מיט זיינע אימעילס, א געשעפט האב איך... אמת איר טראכט אזוי???)

בקיצור, לויטן ראט פון טייל אירע דא (וכן המקום להזכיר לטובה ה"ה העסקנים החשובים מוה"ר קבל את האמת שיחי', מוה"ר ר' איך_הער הי"ו, הרה"ח ר' שוועמל שליט"א, כאו"א בניק המפואר והמשובח) האב איך זיך אנגעהויבן שפילן מיט די סעטינגס, מיט די פאפ'ס און מיט די סמטפ'ס, איך האב פראבירט צו ערזעצן די באן שינעס אויף אריין אן ארויס פונעם אוטלוק סטאנציע צו פרישע אויסגעביגלטע נומערן, אבער שוד ושבר! ווי נאר איך האב געדרוקט 'סעיוו טשענדשעס' און מיט גרויס האפענונג ווידער געדרוקט אויף דעם סענד/ריסיוו קנעפל (צום ווער-ווייסט-צום-וויפילטן-מאל די לעצטע שעה'ן) איז מיין קאמפיטער באפלייצט געווארן מיט שוידערליכע "קול קורא'ס", ('עררארס' מיט לייז) און איך האב בלית ברירה געמוזט אפטרעטן.

למעשה האב איך געטוהן דאס וואס איך האב זייער נישט געוואלט (אזוי ווי דער רעבע אין חדר זאגט אלעמאל פארן תלמיד פארן אים איבערלייגן "כ'אב זייער נישט געוואלט, אבער דו צווינגסט מיר... ודו"ק) אזוי האב איך גענומען מיין קאמפיוטער און אים צוריקגעשטעלט על מכונו פונקט וויאזוי ער האט אויסגעקוקט מיט א 4 טעג פריער, ווען ס'איז נאך געווען גוטע צייטן אוטלוק בעבודתם, וג'ימעיל בשירם וזמרם, און וואונדער איבער וואונדער, דער טרעפיק איז אפגעשטעלט געווארן, ג'מעיל מיט אוטלוק האבן געטרונקן לחיים און געקומען צו א שלום אפמאך נאכן שווערן קריג והכל על מקומו יבואו בשלום.
(פאר אינטרעסירטע: דאס איז דאך דער אזוי-גערופענער "סיסטעם ריסטאר" אפציע וועלכע געפינט זיך אין יעדע קאמפיוטער).

איז פון מיר אויס איז דער טעמע בעצם געשלאסן, אויב ווילט איר ווייטער דוסקוטירן איבער דעם פראבלעם - זענט איר העפליך געלאדענט.

נאכאמאל א דאנק פאר אייער הילף, האט מיר אלע א פרייליכן ליכטיגן שבת!

ביזנעסמאן
תורה איז די בעסטע סחורה.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג מאי 19, 2011 4:41 pm

לעצטנס ווען איך באקום אן אימעיל מיט גרעסערע עטעטשמענטס, טוט אוטלוק (03) קאנווערטן די עטעטשמענט צו א לאנגע דרשה פון סימבאלס.
Any Help?


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט