דורכברוך: די אינטערנעט אין 3D !!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

דורכברוך: די אינטערנעט אין 3D !!

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 12:57 pm

א פירמע מיטן נאמען ExitReality האט ארויסגעגעבן אן אומזיסטע פלאג-אין צו קענען זעהן יעדן וועבסייט אין 3 דיימענשאנעל אויסקוק.

3D אז א באקאנטער טערם אין גרעפיקס. דאס ווערט ברייט באנוצט ביים פארשרייבן און אויסמאלן פלענער פאר בילדינגס און ארקיטעקטשור, א געמאלן בילד אין 3D לאזט זיך דאכטן אז מען איז 'עכט' אין יענעם פלאץ און דאס ווערט געזען אויף א וועג גענוי ווי דער אויג זעט דאס. אין אונזער פאל האט די פירמע דעזיינט די סאפטוועיר וואס נעמט די קאלירן און אימעזשעס פונעם וועבסייט און שטעלט דאס אויס אין א וועג כאלו מען איז אין א שטוב און מען שפאצירט ארום פון לינק צו לינק.

דאס איז ספעציעל אינטערעסאנט ביי וועבסייטס וואס פארמאגן מוזיק אדער אנדערע סאונד וואס דאן ווערט עס אויסגעשטעלט כאילו מען שפאצירט אין א וויינגארטן, הנאה האבנדיג פון אן אנגענעמע אטמאספערע ווען די מוזיק שפילט אונטער.

כדי צו נוצן זייער אומזיסטע טול, ברויך מען גיין צו זייער סייט http://www.exitreality.com/ און אריינשטעלן דעם אדרעס וואס מען וויל זען אין 3D דערנאך וועט ער הייסן אינסטולירן א עדד-אן וואס ערמעגליכט צו נוצן דעם אינטערעסאנטן שטיק סאפטוועיר.
צוגעלייגטע
in-kr.JPG
אויפן וועג אריין צום קרעטשמע כאפן א טרינק
out-kr.JPG
אויפן וועג ארויס: ער איז שוין שיכור...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 1:46 pm

שוועמל, ס'איז מעעעעעעעעעעעעעעעכטיג, יוי איז עס צוקער זיס........

טעינק יו ווער א מענטש
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 2:18 pm

שוועמעל אוויא אייביג, קנאגעדיגע סחורה,

( נ.ב. האסט דאך שוין אינאייוועגס געקענק אנטוהן א קאפעל פאר דעם שגץ דארט)
טעמו וראו כי טוב השם

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:37 pm

wow שוועמל

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:42 pm

געוואלדיג, יישר כח. מהנה געווען ווי אלעמאל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:55 pm

איין זאך פארשטיי איך נישט, מיין דיפאלט בראוזער וואס איך נוץ איז פייער פוקס, אבער ווען איך קליק א לינק אין דעם סיסטעם עפנט ער מיר עס אין איי אי, וואס מאכט שטייט מיין קאמפיוטער. וואס טוט מען צו אזא זאך?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 8:32 am

א לינק וואס איז פרובירט עס מסביר צו זיין (מ'זעהט ס'איז ווייט פון פערפעקט)
http://www.breitbart.tv/?p=177443
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 10:22 am

איך קען עס נישט דאנלאדען

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 10:23 am

Plugin Detectedfailed


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט