בלאט 1 פון 1

אויסמעקן קוקיס, היסטארי, פעסווארדס וכדומה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:45 am
דורך לעווי
ווען איך גיי אריין צו אינטערנעט אפשענס אויס צו מעקן די קוקיס, היסטארי, פעסווארדס וכדו' מעקט זיך אלעס אויס פון אינטערנעט עקספלארער, אבער אין מאזילע פייערפאקס בלייבט אלעס איבער. וואו אזוי קען איך אלעס אויסמעקן ביי פייערפאקס?

וואו אזוי קען מען אנשטעלן אז אלעס זאל זיך אטאמאטיש אויסמעקן איין מאל א וואך?

יישר כח למפרע.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:57 am
דורך מאשקע
אין פייערפאקס גיי צו טולס, אפשענס, סעקיוריטי, קליער נאו. אויך קען מען דארט אנשטעלן אז ס'זאל זיך אויטאמאטיש אויסליידיגן יעדעס מאל וואס דו מאכסט צו דעם פראגראם.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:08 pm
דורך לעווי
1)איך זעה נישט די קליר נאו אפציע.

2)וואו אזוי שטעלט מען אן אז עס זאל זיך אטאמאטיש אויסמעקן ביי איי אי?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:25 pm
דורך מאשקע
1) כ'האב דיר בייגעלייגט א בילד.

2) ביי אינטערנעט עקספלארער קען מען עס איינשטעלן, אבער נאר אויף די היסטארי. נישט אויף די קוקיס און פעסווארדס. גיי אריין צו אפשענס, בראוזינג היסטארי, סעטינגס, און דארט קען מען אנשטעלן וויפיל טעג ער זאל האלטן די היסטארי.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 4:34 pm
דורך לעווי
יישר כח.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 12:21 pm
דורך חיים
מאשקע אזוי ווי די קענסט דיך פיין אויס און דיין הארץ איז פון פיטער צו העלפן א איד וויל איך דיר פרעגן וויאזוי קען מען אויסמעקן די היסטארי פון וועב סייטס און אימעיל אינגאנצן אינגאנצן אזוי אז אפילו א קאמפיוטער פראגרעמער זאל עס נישט קענען צוריקברענגען די היסטארי, ווייל לפי השמועה איז אפילו מען מעקט אויס די היסטארי קען עס נאך אלס א פראגראמער צוריקטרעפן,

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 2:52 pm
דורך מאשקע
עס זענען דא פארשידענע פראגראמען דערפאר, צב"ש ccleaner.

http://www.ccleaner.com/download/downloading

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 12:57 pm
דורך חיים
מאשקע איך האב עס טאקע גענוצט אויסצומעקן אלע היסטארי און עס איז זייער גיט געפארן ב"ה, אבער די היסטארי פון די אימעיל מעקט עס נישט אויס, איז דא א וועג וויאזוי צו דיליטען די היסטארי פון די אימעיל אויך?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 5:22 pm
דורך מאשקע
זיי מסביר וואס דו מיינסט מיט "היסטארי פון אימעיל".

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 12:16 am
דורך גד
ביי eusing.com קען מען באקומען א free internet windows washer וואס קליענט אויך אויס.

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2010 8:08 pm
דורך leiby
איז דא א וועג וויזוי צו סעיוון די היסטארי,
איך וויל איבער לייגן מיין ווינדאויס, אין פארשטייצעך אז אלעס גייט ווערן אויסגעמעקט,
איך דארף אבער די אלע פעסווארדס וואס זענען שוין געסעיווד אין די בראוזערס איז דא וועג וויזוי עס מיט צו ברענגען?
איך פרעג יעצט אויף אינטערנעט עקספלארער.

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2010 8:16 pm
דורך פינטעל
ווען איך מעק אויס מיין היסטאריע פון קראום גיי איך ארויס פון איי וועלט און אזוי אויך פון אנדערע סייטס, און איך דארף מיך נאכאמאל אריינסיינען,
וועלעכע אפשען דארף איך אויסלאזן צו בלייבן אריינגעסיינט?