Firefox, IE, און Chrome גוגלס נייע בראוזער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

Firefox, IE, און Chrome גוגלס נייע בראוזער

תגובהדורך איש חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 9:43 pm

גוגל מיט מייקראסאפט שלאגען זיך שוין יארן, יעצט ווען מייקראסאפט האלט פארן ארויס געבן זייער נייע IE8 וואס וועט אפשר אויך האבן מעלות פאר אונז, אבער דאס איז זיכער אז אונזער "באליבטע ביל געיטס האט זיכער געמאכט אז עס מאכט אויך שווערער געוויסע זאכען פאר גוגל סירטש, גוגל האט יעצט גענומען א נייע סטעפ מיטן אננאנסען א נייע בראוסער ויקרא שמו Chrome בילד סדארף צו הייסען שנעל ווי פייערפאקס און צו ניצען ווייניג ריסארסעס, און אפשר אויך עווענטשעלי ווערן געניצט אין די שפאגל נייע Android OS פאר מאביל פאונס, עס הייסט אויכעט אז דאס וועט ערלויבן פאר גוגל צו אסאך מער דעוועלעפן זייער וועב בעיסד אפפליקעשאןס ווי גוגל דאקס, אויפן ערשטן בליק איז עס זייער א שיינע סמאאט בראוזער נישט קיין סאך פיעטשערס אויפן ערשטן בליק,

גוגל האט אנאונסט קראום דורך א קאמיק ביכל

דא קען מען דאונלאודן די בעטא ווערסיע

אפיציעלע גוגל בלאג

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:01 am

מיינע ערשטע אימפרעשענס איבער גוגל קעראם,

שנעלקייט: עס ארבעט אביסל שנעלער פון פייער פוקס און אינטערנעט עקספלאורער,

מעמארי יוסעדזש: דערווייל ווייס איך נישט מיט וואס זיי טוהן זיך אויף אז עס נוצט ווייניגער מעמארי, אלעס אין איינעם, נוצן זיי דערווייל מער ווי פייער פוקס, ("אלעס אינאיינעם" איז מן הסתם איבער זייער אופטוה פון עקסטערע שטיקלעך פוןן יעדע טעב, מער איבער דעם און א טאג צוויי ארום)

יוזער אינטערפעיס: כ'גלייך בעסער די פייער פוקס 2 אינטערפעיס (אפי' בעסער ווי פייער פוקס דריי האב איך אבער אין 3 אינסטאלט א סקין וואס ענדלט צו 2) מען דארף זיך נאך צוגעוויינען אז די טעבס זענען גאנץ אויבן, (עס האט אויך צו טוהן מיט די אויבן דערמאנטע), עס קוקט אויס אביסל אנדערש אויף עקס פי ווי אויף וויסטע, (קען זיין עס דאכט זיך מיר נאר?)

מער איבער די פיטשערס און אויפטיאונגען, אי"ה סוף וואך ווען כ'וועל עס האבן געטעסטעד מער, אבער אויבן אויף זעהט מיר אויס אז כ'וועל דערווייל בלייבן מיט פייער פוקס.

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

תגובהדורך איש חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 7:42 pm

Sי קרעטשמע דיספלעיד עס ב"ה פיין נישט ווי ביל געיטס נייע IE8
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

איך האב נאך נישט געטוישט, אבער סזעט מיר אויס "אסאך" שנעלער

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

תגובהדורך איש חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 7:52 pm

נאך איין מעלה וואס מאכט מיר שוין אנהייבן צו טראכטן צו טוישן, וואן איך האלט אינמיטן אדער אינטן פון א פעידז און איך דריק א לינק וואס פירט מיך צו אנדערע פעידז, יעצט ווען איך דריק בעק, וועט עס מיר טראגן אויפן פלאץ פונעם פעידז ווי איך האב געהאלטן.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 8:43 pm

מיר קוקט עס אויך אויס שנעלער, אבער בהשקפה ראשונה איז עס מיר עפעס נישט נושא חן, איך ווייס נאכנישט פארוואס

איך דארף מיר נאך אביסל ארומשפילען דערמיט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 2:05 pm

נאכן עס נוצן אפאר טעג, קען איך זאגן אז עס האט נאך אסאך ארבעט פאר עס גרייט.

עס האט קאמפליטלי צוריקט מיין עקס פי מאשין, כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס עס קראכט א גאנצע צייט, נאר אפי' פייער פוקס האט עס פארדרייט, אנגעהויבן מיט די לענגוויטש סעטינגס און אזוי ווייטער, "ווען" עס ארבעט ארבעט עס טאקע גאנץ שנעל, אבער ווי געשמועסט עס נוצט נאך עני טיים אזויפיל מעמארי ווי פייער פוקס,

עס האט אייניגע גוטע זאכן, וואס ווען עס וועט זיין אינגאנצען פאראכטן, קען עס פול צוניץ קומען, כ'וועל אויסרעכענען אייניגע וואס כ'האב שוין פראביט.

1) יעדע טעב פאר זיך איז ווי אן עקסטערע פראסעס, דהיינו נישט ווי אלע אנדערע בראזערס וואס אויב עפענסטו אויף א וועב זייטל למשל וואס דארף ראנען א סקריפט, וועט די גאנצע בראזער פרירען ווילאנג יענע סקריפט ראנט, נאר דא איז יעדע טעב א ווי אן עקסטערע בראזער פאר זיך, און ווען איין טעב האט א פראבלעם עפעקט עס נישט די אנדערע טעבס, עטליסט אזוי דארף עס צו זיין אין טיערי, אבער דערווייל אין עקס פי האב איך נישט געזעהן אזוי נאר פארקערט עס איז ערגער דערמיט ווי די אנדערע, און דערפאר נוצט עס מער מעמארי אויך.

2) די סורטש ענדזשין איז אריינגעבויעט אינעם אדרעס באר, און עס גיבט אפער-רונגען (ווילסט אפשר דאס אדער דאס) אבער נישט ווי אנדערע, גיבט דיר עס אויף א בעסערן פארמעט, אזוי אויך אויב ער האט עפעס אין די היסטערי גיבט ער דיר עס אן די עקסטענשען, נישט למשל אזוי,
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
נאר אזוי
http://www.yiddishworld.com

3) איינע פון זייערע גרויסע אפטיאונגען איז אז מעם קען עפענען א פרישע טעב/ווינדאו וואס לאזט נישט איבער קיין שפירן, [אין זייערע ווערטער] למשל ווילסט איינעם קויפן א מתנה און ווילסט נישט אז יענער זאל קענען נאכקוקן דיין היסטערי און זעהן אויף וואס דו האסט דיך נאכגעקוקט וכדומה, נוצטו די טעב/ווינדאו און עס לאזט נישט איבער קיין שום שפירן נישט היסטערי נישט קוקיס און נישט טעמפערערי פיילס וכדומה, אבער אויף מיין עקס פי ווי נאר כ'האב עס גע-עפנט האט עס מיר אנגעהויבן מעכן פראבלעמס, אינקלודינג געפרוירען.

עס האט נאך פול אינטערעסאנטע און נוצבארע זאכן צו וואס כ'בין נאך נישט אנגעקומען, אבער איינע פון זייערע זאכן איז אז ווען דו עפענסט א נייע טעב גיבט ער דיר דיינע מערסט באזוכטע סייטס אויסגעשטעלט אויף איין פעידזש און קענסט דרוקן דערויף, די זאך האב איך שוין לאנג אויף פייער פוקס פון אן עקסטענשען, וואס הייסט פעסט דייעל.

מער וועט נאכקומען ווען כ'וועל האבן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 7:10 pm

איך האב היינט אנגעהויבן נוצן גוגעל'ס בראוזער (וויאזוי רופט מען דאס? קרוים?), און איך בין מיך ממש מחיה דערמיט.

1. בלעטלעך עפענען זיך פילפאכיג שנעלער.
2. ביי אינטערנעט עקספלאורער פלעג איך מערערע מאל האבן וואס נאכן עפענען 7 פענסטערלעך האבן זיך אלע פארמאכט אן קיין פריערדיגע ווארענונג, לויט ווי גוגעל זאגט וועט דאס נישט פאסירן ביי זיי, וויבאלד יעדע טעב איז א באזונדערע מסכתא פאר זיך.
3. דאס וואס ארענדער האט דערמאנט אז מען איך מאך א נייע טעב עפענען זיך מיר אויף אלע מערסט באזוכטע סייטס (דאס מאכט אביסל "עין רואה" וכל מעשיך בספר נכתבים אטמאספערע).

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:44 pm

איך האב שוין פראבירט אלעס מיין עקספעריענס איז עפל'ס סאפארי בראוזער די שנעלסטע אין בעסטע
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:57 pm

איך נוץ שוין גוגעל'ס בראוזער עטליכע טעג, און איך הייב שוין אן צו באמערקן די חסרונות.
1. עס קען אפטמאל מאכן קונצן ביים עפענען א שווערע אנגעפולטע בלעטל, און פארפרירן.
2. ער מאכט מיר פראבלעמען ביים לערנען אויף א PDF פייל פון היברו-בוקס.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 11:26 am

אויף איין קאמפיוטער וויל ער נישט ארבייטן ביי מיר
מסתם פארשטייט ער זיך נישט מיט איינער פון מיינע פראסעסעס (ווייל אין סעיף מאוד ארבעט ער יא) גיי ווייס וועלכע
מ'דארף האבן אפאר שעה דערפאר- איך זיך א נדבן פאר אפאר שעה (איך וואלט געקויפט אבער וואס קענעך טון אין מיין גראסערי פארקויפט מען נישט)
העלעך ווארטן ביז ערעט ארויסגיין פון כיתה ב' (בעטע) און אריינגיין אין כיתה ג' (גוגל)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:39 am

איך נוץ כמעט נאר גוגל קראום היינטיגע טעג. עס איז די שנעלסטע פון אלע בראוזערס, און איך נוץ אויך שטארק זייער איקאגניטאו ווינדאו וואס אפיציעל לאזט נישט איבער קיין שפורן, ווי פעסווארדס וכדומה.

מיין שאלה דא איז אזוי. אסאך מאל באקום איך אן עטעטשמענט אין אימעיל און איך וויל עס נישט דאונלאודן צום קאמפיוטער איך וויל עס נאר עפענען און ליינען. פאר סאם ריזען קען איך עס נישט טון אין קראום. קען מיר איינער העלפן מיט דעם?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 3:52 pm


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 03, 2009 12:54 pm

IE און כמיין אז פייערפוקס אויך
וועט איבער פרעגן אויב מען וויל צימאכען די בראוזער אויב מען האט מער ווי איין טעב אפען
ווייסט איינער אויב מען קען אנשטעלן קראום די זעלבע זאך?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 9:30 am

א גוט מארגן טייערע חברים;

זינט איך האב מיר אינסטולירט "פילטערנעט" דעם זונטאג, האב איך שרעקליכע פראבלעמען מיט מיין באליבטע "גוגעל קראום" בראוזער, ער קראכט און קראכט און הערט נישט אויף צו קראכן יעדע וויילע. איך רוף אן פילטערנעט טעכנישע הילף זאגען זיי מיר אז עס איז א "גוגעל קראום" פראבלעם (אינטערסאנט ער האט נישט באשולדיגט דעלל קאמפיוטערס), והא ראיה אז איינס פון זייערע קאמפיוטערס וואס האט נישט קיין פילטערנעט אויף זיך, מאכט אויך קונצן מיט גוגעל קראום.

וויל איך דא אנפרעגן דעם עולם וואס נוצט גוגעל קראום אלס בראוזער אויב זיי האבן באמערקט לעצטנס אזעלכע פראבלעמען, בלעטער ווערן געפרוירן א.ד.ג.

יישר כחכם!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 9:38 am

דערווייל נישט
רגע די תגובה איז דורך?
אה דעלמאט דערווייל איז קראום פיין

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 3:24 pm

קען זיין אז עס האט צו טוהן מיט קראום'ס נייע אפדעיט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 5:29 pm

איך געדענק נישט איך זאל האבן אפדעיטעד קראום, האבן זיי זיך אליינס אפדעיטעד שלא ברשותי?

איז דא ערגעץ וואו א פלאץ וואו מענטשן רעדן זיך אפ אויפן אפדעיט?

איז דא אן עצה דאס צו פארריכטן?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 7:55 pm

קראום דאכצעמער אפדעיט זיך אליינס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:07 pm

עס איז ממש שרעקליך ווי שנעל ער 'סטאלט' ביי מיר לעצטנס. איך פרוביר צו עפענען א נייע טעב, און בופססססס עס קומט ארויף א מעלדונג אז די בלעטל רעספאנדעט נישט, אויב איך וויל אים הרג'נען אדער אויסווארטן ביז משיח'ס טאג.

ווער קען מיר העלפן דא? איז עס אן אלגעמיינע גוגעל קראום פראבלעם, אדער איז פילטערנעט א חלק דערפון?

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג פאברואר 23, 2010 3:18 pm

ב"ה איך האב נאכנישט געהאט קיין איינע פון די א"ד פראבלעמען. איך בין מיך מחי' מיט קראם.
(אגב, אז גוגל מאכט דעם 'קראם', זענען זיי די 'קרעמער'. ניין?)

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » דינסטאג ינואר 04, 2011 5:15 pm

קרעמער האט געשריבן:א גוט מארגן טייערע חברים;

זינט איך האב מיר אינסטולירט "פילטערנעט" דעם זונטאג, האב איך שרעקליכע פראבלעמען מיט מיין באליבטע "גוגעל קראום" בראוזער, ער קראכט און קראכט און הערט נישט אויף צו קראכן יעדע וויילע. איך רוף אן פילטערנעט טעכנישע הילף זאגען זיי מיר אז עס איז א "גוגעל קראום" פראבלעם (אינטערסאנט ער האט נישט באשולדיגט דעלל קאמפיוטערס), והא ראיה אז איינס פון זייערע קאמפיוטערס וואס האט נישט קיין פילטערנעט אויף זיך, מאכט אויך קונצן מיט גוגעל קראום.

וויל איך דא אנפרעגן דעם עולם וואס נוצט גוגעל קראום אלס בראוזער אויב זיי האבן באמערקט לעצטנס אזעלכע פראבלעמען, בלעטער ווערן געפרוירן א.ד.ג.

יישר כחכם!

קרעמער טייערע
דו האסט נאך אלץ דעם פראבלעם?
איך וויל וויסן צו איך זאל טוישן פון IE צו קראום, און איך האב אויך פילטער נעט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג ינואר 04, 2011 5:35 pm

איך נוץ קעי9 פילטער און קראום מאכט נאך צרות. נישט אזוי ווי אמאל אבער נאכאלץ.
כ'וואלט דיר געראטן צו פרובירן פייערפאקס מען קען עס דאנלאדן אומזינסט פון דא: http://www.mozilla.com/en-US/firefox/

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 11:11 pm

תג נוצער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:א גוט מארגן טייערע חברים;

זינט איך האב מיר אינסטולירט "פילטערנעט" דעם זונטאג, האב איך שרעקליכע פראבלעמען מיט מיין באליבטע "גוגעל קראום" בראוזער, ער קראכט און קראכט און הערט נישט אויף צו קראכן יעדע וויילע. איך רוף אן פילטערנעט טעכנישע הילף זאגען זיי מיר אז עס איז א "גוגעל קראום" פראבלעם (אינטערסאנט ער האט נישט באשולדיגט דעלל קאמפיוטערס), והא ראיה אז איינס פון זייערע קאמפיוטערס וואס האט נישט קיין פילטערנעט אויף זיך, מאכט אויך קונצן מיט גוגעל קראום.

וויל איך דא אנפרעגן דעם עולם וואס נוצט גוגעל קראום אלס בראוזער אויב זיי האבן באמערקט לעצטנס אזעלכע פראבלעמען, בלעטער ווערן געפרוירן א.ד.ג.

יישר כחכם!

קרעמער טייערע
דו האסט נאך אלץ דעם פראבלעם?
איך וויל וויסן צו איך זאל טוישן פון IE צו קראום, און איך האב אויך פילטער נעט


איך האב למעשה אינסטאלט גוגל קראם און דערווייל בין איך ב"ה זייער צופרידן
און דערווייל זע איך אז ער איז בעסער ווי IE ווייל דא זעט מען די עד פון פרנסה ראפעל און עקספלארער האט מען עס נישט געזען

האו קאם?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 11:45 pm

אינטערעסאנט אז איך האב נאך נישט געזעהן רעדן דערפון דא אין די קרעטשמע.

מייקראסאפט האט לעצטענס ארויסגעגעבן זייער נייע Beta ווערסיע פון אינטערנעט עקספלארער דער ניינטער.

עס איז ממש א קאפיע פון מיסטער גאָאָגעל'ס Chrome, עס האט די זעלבע ליידיגע אויסקוק אויפן פעידזש, ועוד ועוד.

אויבנאויף איז די אָפּרוף ביים עולם דערויף זייער ווארים, עס הייסט אז עס איז גאר אסאך שנעלער פון די אלטע, און אז עס איז אויך פיהל בעסער אין פיהלע הינזיכטן,

איין זאך איז זיכער אז עס איז פונדאסניי איבערגעארבעט געווארןאלץ א אינגאנצן נייע בראוזער, און ס'איז בכלל נישט די אלטע Internet Explorer צו וואס אונזערע זיידעס זענען געווען צוגעוואינט אין דער אלטער היים.

בלייבט נאר איבער צו זעהן אויב עס וועט מיט דעם געלונגען פאר ביל געיטס צו אפשטעלן גוגל'ס שוואונג פון אריינשניידן אין זייער IE באנוצער באזע, וואס פיהלע מבינים האלטן אז יא.

.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג ינואר 07, 2011 12:01 am

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט