בלאט 1 פון 1

הצלה- איך זעה נישט בילדער אויפן וועב

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 4:46 pm
דורך shtilerheit
איך ווער שוין משוגע שוין אפאר וואכען וואס איך קען נישט זעהן קיין בילדער אויף די וועב (למשל איך זעה נישט די שיינע גרויסע בילד פונעם קרעטשמע וכו' וכו') אויך האב איך פראבלעמען מיט אסאך לינקס, אפשר ווייסט איינער וואס דאס קען זיין זאל מיך פליז העלפען ווייל עס גייט מיך שוין אויף די נערווען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 4:48 pm
דורך 3x0
האסט שוין געקוקט ביי די סעטינגס אויב די פיקטשערס זענען דיסעיבאלד?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 4:57 pm
דורך shtilerheit
אויב קענסטו זיין אזוי גוט און מיך זאגען וואו דאס איז ווייל איך זיך שוין ארום אזא אפשען א גאנצע צייט?
תודה למפרע!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 5:04 pm
דורך 3x0
דריק tools גיי צו internet options און דרעק advanced און סקראל אבעסעל אראפ וועסטו זעהן shoe picture מאך א טשעק אין די טשעק באקס.

און קום צירוק זאגן וואס עז איז געבליבען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 5:12 pm
דורך shtilerheit
עס איז שוין געווען געטשעקט האב איך עס אפגעטשעקט איז כאטש ארויפגעקומען די ווערטער וואס שטייט צוזאמען מיט די פיקטשער אבער ווען איך האב עס נאכדעם צירוק געטשעקט איז עס געווארען צירוק די זעלבע ווי פריער. שכויח עניוועי פארן טרייען מיך צי העלפען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 5:54 pm
דורך 3x0
וועלכע bowser נוצטו?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 5:58 pm
דורך shtilerheit
אינטערנעט עקספלארער

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 6:05 pm
דורך 3x0
איך וועל איבערגעבן פאר אנדערע די געלעגנהייט דיר צו העלפן, ווייל איך קען נישט.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 16, 2006 1:46 pm
דורך ניק
הצלה איז שוין אנגעקומען?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 16, 2006 6:24 pm
דורך shtilerheit
ב"ה די פראבלעים איז געלעזט געווארען מיטען הילף פון א גוטען חבר די פראבלעים איז געווען אז איך האב געהאט צו א שטארקע אנטי וויירוס אז עס האט געשאדט אפילו אויף נארמאלע זאכען אויך, איך האב עס ארויס געווארפען והכל על מקומו יבוא בשלום ב"ה.