Media Disconnected

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Media Disconnected

תגובהדורך פאפיגיי » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 4:40 pm

לעצטענס האב איך פיל פראבלעמען זיך צו קאננעקטען מיטן ווייערלעס אינטערנעט, עס ווילט זיך מיר נישט געבן קיין איי. פי. אדרעססע.

איך האב שוין געפרעגט גאגעל וואס צו טוהען, אגב, האבן זיי פארציילט אז טויזענטע מענטשען ליידען נעבאך דערפון, און איך האב שוין אויספראבירט אלע באבסקע רפואות, און גארנישט האט נישט געהאלפען, די DHCP וויל מיר נישט אדער קען מיר נישט צושטעלן קיין אדרעססע.

איך האב פרובירט ipconfig/release און ipconfig/renew ביי cmd אבער, ער שרייט היי-וועלקאם (חי וקים) אז ער קען גארנישט טוהען וויבאלד Media Disconnected

ווער עס קען ארויסהעלפן זאל זיך ביטע אנרופען, ולמצוה גדולה יחשב.

(נ.ב. עס האט גארנישט מיט די ווייערלעס, וויבאלד אנדערע קאמפיוטער'ס כאפען זיך יא מיט, עס איז אויסדרוקליך עפעס נישט אין ארדענונג מיט מיין כלי. אויך האב אונטערזוכט מיין כלי דורכ'ן דאקטאר מר. נארטאן זז"ג, און ער זאגט אז ער טרעפט נישט קיין שום פעלער. ווי אויך האב איך שוין געראנט (געלאזט לויפען) די WinSockFix אבער דאס האט מיר אויך קיין סך און אויך נישט ווינציג געהאלפען).
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט