מעכטיג!!! מען קען זען די סאלושענס פון עקספערטס עקסטענטש בחנם

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

מעכטיג!!! מען קען זען די סאלושענס פון עקספערטס עקסטענטש בחנם

תגובהדורך וואס וויסטע » מיטוואך יוני 11, 2008 3:27 pm

האט איר באמערקט אמאל ווען מען בעט פון גאגעל ירום הודו הילפ און סיי וועלעכע קאמפויטער פראבלעם איז ס'רוב מאל דא אפאר לינק'ס צו א זייטל וואס הייסט עקספערטס עקסטענטש די חורבן איז אז עס קאסט געלט דאס צו ליינען!

מיך פרעזענדליך האט דאס אזוי נערוועז געמאכט אזש אויב האב איך געזען אין די לינק די ווערטער עקספערטס עקסטשענטש בין איך געשטאנען דערפון ווייט ווי פון איך ווייסעך וואס.

ביז איך האב געמאכט א גאגעל סירטש אין איך האב געטראפן א לעזונג וויזוי מען קען ליינען די זייערע עצות גענצליך בחנם!

אבער פרעגן קען מען נישט מיט די עצה למעשה בין איך אזוי נתפעל געווארן פון זיי אז איך האב אויפגעסיינט פאר א פרי טרייעל און איך בין מיך מחי' (די טרייעל איז שוין אפאר מאל געווארן אפגעלאפן האב איך אנגעהויבן מיט א פרישע נאמען כאילו לא הי') זייט אבער געווארנט מען דארף געבן א קרעדיט קארטל ווען מען סיינט אויף אין נאכן טרייעל געבן זיי א רעכן אן קיין טענות ומענות!

איך האב אבער א עצה פארדעם עס איז דא א פיטשער עס רופט זיך שאפ סעפ Shop Safe ניטש אלע קרעדיט קארטס האבן דאס אבער מיינטס האט דאס יא איך האב א קרעדיט קארד פון FIA CARD SERVICES, דאס ערמעגליכט צו מאכן טעמפערערי נאמבער'ס ס'הייסט אז איך קען בעטן יעדע מינוט א אנדערע נאמבער אין אויך קען איך אנשטעלן וויפיל די קארטל זאל אדורך לאזן סא איך מאך די קארטל פאר איין דאלער אין אזוי ווי זיי רעכנען דרייצן גייט גארנישט אדורך אין איך האב עס גענצליך פאר פרי די טרייעל.

אויב ברויך איינער די אינפארמאציע וויזוי צו קענען ליינען די סאלאשאנס מאכט א סירטש אויף גאגעל אדער זייט דא מגיב אפשר אנאדערס מאל העל איך האבן געדולד דאס אפצוטייפן דא.

דערווייל האט מיר א גוטן טאג

וואס וויסטע??!!
אפשר זאגסטו מיר וואס די וויסט?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 12, 2008 2:16 am

דו מוזסט מיר זאגן וויאזוי מ'מאכט עס (אדער לייג א לינק) ווייל איך דארף אפט צוקומען צו זיי אהער מיין טרייעל איז שוין אפגעלאפן מיט צוויי יאר צוריק. דאכט זעך אז פאר א חודש-צוויי האב איך יא געצאלט. למעשה קומט מיר ארויף זייער סייט כמעט ביי יעדע פראבלעם סוירטש, און איך ווייס אז זיי האבן די ריכטיגע סאלושענס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יוני 12, 2008 11:55 am

ווי געשריבן אין אנדערן אשכול, מען קען זעהן אלעס פון עקספערט עקסטשענזש דורך דרוקן די סאורס פונעם פעיזש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » פרייטאג יוני 13, 2008 1:56 pm

מאשקע: נאט אייך א לינק http://www.hackerdaily.com/videos/softw ... w-answers/

שוועמל: מען קען עס טאקע זעהן דארט אבער שטייצעך זייער אומקלאר און נישט שיין

הערה בעלמא: ער זאגט דארט אז מען מוז האבן פייערפאקס דאס איז נישט אמת עס ארבעט פונקט אזוי מיט סיי וועלעכע בראזער איר ווילט

נאר א הערה: דזעי נעט באנוצער וועלן דאס נישט קענען זעהן (איך בין אויך א דזעי נעט נוצער איך האב עס אבער נישט געקוקט דורך א דזעי נעט קאננעקשען) ווער עס האט געדולט קען אפטייפן די אינסטראקציעס פארן עולם וואס קען דאס נישט זעהן.
אפשר זאגסטו מיר וואס די וויסט?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג יוני 13, 2008 7:35 pm

יישר כח. אלס דזשעינעט באניצער וועל איך מוזן ווארטן ביז עמיצער וועט זיך מרחם זיין און עס איבערטייטשן אויב די טעקסטישע שפראך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאהאן וואלפגאנג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 1:45 am
לאקאציע: אונטערן טיש (ציטערנדיג פונעם ווייב'ס שטעקן)

תגובהדורך יאהאן וואלפגאנג » זונטאג יוני 15, 2008 2:19 am

דאס איז וואס שטייט דארט:

Experts-Exchange pollutes Google’s results with tons of content, but when you visit the site you get shown a ton of ads and the answers are hidden with out you signing up. Well this simple hack allows you to see the answers (it’s perfectly legal!)

Here are the simple steps that the video goes over..

1. Open Cookies tab under Options.

2. Click View Cookies and delete all the experts-exchange.com cookies.

3. Click Exceptions and add in experts-exchange.com and set it to blocked.

4. Restart the browser.

די ווידיאו טוט איינפאך צייגן וויאזוי דאס צו דורכפירן, און גיבט נישט צו קיין סאך. וואס זיי ערקלערן איז אז מען ברויך בלאקירן דעם סייט פון ערלויבן צו באקן קוכעלעך אויף אייער קאמפיוטער, און דאן קען מען זעהן אלע ענטפערס. גיי ווייס.
והיית משוגע איז נישט קיין מצוות עשה - עס איז נאר א ברכה אז מען איז זוכה.

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » זונטאג יוני 15, 2008 2:01 pm

יא שקויעח יאהאן פארן דאס אראפ זעצן האסט נאר פארגעסן איין גאר וויכטיגע פרט

אז מען דארף אראפ סקראלען ביז אונטען פונעם בלעטל דאס צו זעהן - דאס הייסט אז נאך דעם וואס ס'שטייט אלע סאלוציעס וואס ס'דא און זיי זאגן אז מען קען עס נאר זעהן מיט'ן אריין סיינען הייבט זיך אן נאכאמאל די גאנצע ליסטע מיט ענטפערס אבער דאס מאל שטייט דאס קלאר אין אפען אן אריין סיינען.

עס איז קריטיש וויכטיג ווייל אנישט וועט איינער דאס פרובירן אין געבן א עפען און זעהן אז עס איז נאך אלץ געבלאקט די תירוצים העט ער שרייען אויף מיר "וואס וויסטע" אבער ווערט נישט דערשראקן געבט א סקראל אראפ ביז דעם סאמע אונטן פונעם זייטל העט איר זעהן אלע תירוצים שטיין קלאר און מסודר.

איין זאך וואס מען קען נישט טאן (וואס נאך האסטו געוואלט) איז: פרעגן, איבערפרעגן, ענטעפרן, דאנק'ן.

ווען איך קען דאס טאן וואלט פיל פיל בעסער געווען ווייל זיי ענטעפרן זייער שנעל און צו דער זאך פיל בעסער ווי אלל עקספערטס און די אנדערע אומזינסטע שאלות געפרעגכטס.
אפשר זאגסטו מיר וואס די וויסט?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:01 am

איז דא איינער וואס האט אן אקאונט ביי די סייט?

אוועטאר
java
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 4:16 pm

תגובהדורך java » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:17 am

i'am viewing the solutions from expert exchange very simple
i'am using the opera browser and by simply clicking the result from google i find the solutions on the bottom of the page
without the need of disabling cookies
if you dont have a opera browser there is another way
if the google result include the option Cached then by clicking on Cached displays google's snapshot from the page
on the snapshot you will also find the solutions

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:49 am

איך האב נישט אפרע, האב איך געטרייט די אנדערע וועג און נישט מצליח געווען, האב איך געוואלט אראפלאדענען אפרע, לאזט נישט דזשעינעט.

איך האב חשק צו וויסן די תירוץ אויף דעם, אויב איינער קען מיר עס זאגן, וועט עס מיר זיין א גרויסע טובה.
http://www.experts-exchange.com/Softwar ... 41499.html

יישר כח

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 12:51 pm

איינע פון די עקספערטן האבן געלייגט דארט די לינק
http://blog.roboformchrome.com/2008/09/ ... hrome.html

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 12:54 pm

א גרויסן שכוח.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מארטש 08, 2009 5:37 am

די אלטע עצה פון אראפ ריקען ביז אונטען ארבעט מער נישט

מען קען פראבירן דורך גוגל קעטשט אבער נישט אייביג ארבעט עס

מען וועט מוזען מאכן אזויווי היימישע איד זאגט
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט