גוגעל: "פעידזש רענק"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

גוגעל: "פעידזש רענק"

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 11:09 am

בילד

גאר אסך איז שוין געשריבן געווארן פון אזויגערופענע 'וועבמעסטערס' איבער די ספעציעלע מעסטונג סיסטעם וואס גוגל נוצט צו באצייכענען די וויכטיגקייט פון א וועבסייט. ווארן די גוגל PR ווי מען רופט עס אין קורצן איז א רענקינג סיסטעם מיט וועליוס פון איינס ביז צען, דאס קענט איר זעהן נאר אויב איר האט גוגל טולבאר אינסטולירט אין אינטערנעט עקספלארער אדער פייערפוקס. למשל ווען איר גייט צו היימישע קרעטשמע'ס הויפט בלאט וועט דער גרינער שטריך זיין עטוואס אויסגעצויגן און ווען דאס מייזל שטייט העכער דעם וועט ער דיר אויסזאגן אז דאס האט א רענק פון 3/10 .


וויאזוי פונקטליך דאס מעסט, ווייסט קיינער נישט. יעדערער שרייבט השערות וואס איז די מערסטע שכל'דיג לויט אים. א חלק טענה'ט אז דאס האט צוטון מיט וויפיל לינקס ס'יז דא צו א פעיזש, דאס הייסט למשל פעיזש A וועט לינקן צו פעיזש B, און B וועט צוריק לינקן צו A, וועט דער פעיזש רענק שטארק ארויף גיין. ווי אויך האט דאס צוטון מיט 'וואו' דער לינק איז פלאצירט, די קוואליטי פונעם לינקינג פעיזש, צי איז דאס א שטארק אנערקענטע סייט וועט דער PR שטייגן, אויב נישט וועט עס נישט האבן קיין שטארקע אפעקט.

אנדערע ווידערהאלן אז דאס האט צוטון מער מיט וויפיל באזוכער דו האסט אויפן סייט. ווי מער אלס העכער די רענק. אנדערע שרייען אז ס'יז א קאמבינאציע פון עטליכע מעזשורינג סיסטעמען, אריינגערעכנט די אויבערשטע ועוד.

אזויווי איבעראל האבן זיך דא אויך געמאכט פיפיגע סוחרים און אינטערנעץ שווינדלער וואס זאגן צו אז זיי קענען העכערן דעם 'וויכטיגן PR' אויף דיין סייט דורך זייערע פארשידענע מעטאדן. טייל העלפן אפשר און טייל אפשר נישט. אבער ס'יז היינט צוטאג א אינדאסטרי פאר זיך.


לקלישת דעתי איז דאס בלויז א 'טולבאר', אזוי ווי יאהו אדער אלעקסא געבן טולבארס גיבט גוגל אויך א טולבאר. אין גוגל'ס טולבאר איז דא א פיצי אריינגעבויטע סאפטוועיר וואס טרעקט וואו דער מענטש באזוכט אלס אויפן וועב, און וועלכע פעיזשעס, און די אינפא ווערט צוריקגעשיקט צו גוגל'ן וואו זיי שטעלן דאס אריין אין א ריזיגע דאטאבעיס, און דאס איז די גאנצע PR. אין אנדערע ווערטער, אויב איינער באזוכט פעיזעס גאר אפט און האט 'נישט' די גוגל טולבאר אינסטולירט וועלן זיינע פעיזש וויזיטס גארנישט אויסמאכן לגבי גוגל'ס רענקינג, ווייל ער שיקט דאך נישט קיין אינפארמאציע צו גוגל'ן.

לדוגמא ALEXA.COM פראוויידט אויך א פרייע טולבאר וואס זיי שרייבן קלאר ארויס אז דאס איז א מעזשור וואס טרעקט וואו די באזוכער גייען און לויט די רעטורנס ווערט באשטימט א רענקינג אויפן פעיזש. טא פארוואס זאל גוגל טולבאר זיין אנדערש?

אדרבה זאגט וואס איר האלט, און וויאזוי קוקט איר אויף דעם PR בכלל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:26 pm

ווי אזוי זעט מען דאס? איך טרעפ עס נישט ביי מיר, הגם איך פארמאג גוגל טולבאר
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:54 pm

אלעקסיי האט געשריבן:ווי אזוי זעט מען דאס? איך טרעפ עס נישט ביי מיר, הגם איך פארמאג גוגל טולבאר

ווען די רייט קליקסט אויף דיין טאלבאר קומט ארויף דארט קאסטאמייז
דארט קענסטו טרעפן צו צולייגען די אפציע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 3:03 pm

געפונען. יישר כוחכם
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 06, 2008 3:20 am

איך האב לעצטענס אסאך געליינט איבער דעם נושא און עס שטעלט זיך ארויס אז ס'יז נישט ממש אזוי ווי כ'אב געמיינט, כאטש ס'גיבט צו עטוואס צום פעיזש רענק.

די גוגל פעיזש רענק איז זייער א קאמפליצירטע סיסטעם, מאנכע שרייבן דאס צו אלס 'די קאמפליצירסטער סיסטעם אינערהאלב די וועב'. עס איז בעיקר געוואנדן אינעם 'אינבאונד לינקינג' קוואליטי וואס דער פעיזש באקומט פון דרויסן, דאס הייסט פון אנדערע פעיזשעס אויפן וועב, טיילמאל קענען זיין די פעיזשעס פונעם זעלבן סייט אליינס (אינטערנעל לינקינג) און טייל מאל קענען זיין די פעיזשעס פון אנדערע דאמעינס (קוואליטי אינבאונד לינקס).

עס איז א שווערער און ברייטפארצווייגטער סוגיא וואס גייט נישט על רגל אחת. אי"ה כעל האבן צייט וועל איך עס באשרייבן ביסלעכווייז. (איך מיין מיך פשוט..איך זאל עס געדענקען)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » זונטאג מארטש 01, 2009 11:51 pm

שוועמל

מיר ווארטן אז איר זאלט האלטן ווארט.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט