EMAIL'ן א גאנצן פאלדער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

EMAIL'ן א גאנצן פאלדער

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 18, 2008 1:31 pm

איך ניץ OUTLOOK EXPRESS און ער לאזט מיר נישט אי-מעילן קיין גאנצע פאלדערס. כ'האב נאר די מעגליכקייט פון אימעילן פיילס. איז פאראן א מעגליכקייט דאס צו טוישן?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג פאברואר 18, 2008 1:33 pm

קיין זיפ טעללער לאזט ער אויך נישט???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 18, 2008 1:42 pm

כ'האב זיך נאך קוים געוואשן צו דער סעודה און דו רעדסט שוין פון זיפ?... כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דו פרעגסט מיר. און ניין, נישט דו ביסט דער שולד דערפאר, נאר אני הקטן. איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס איז זיפ, איך האב זיך נאכקיינמאל נישט באנוצט דערמיט.

איך רעד פון א פשוטער ווארד פאלדער, המכיל בקרבה סוב-פאלדערס און פיילס. ביים איינשטייגן אינעם "מיי דאקומענטס" וכדו', איז דא אויף דער לינקער זייט א טעסק-באר מיט אפשענ'ס, איינע פון די אפשענס זענען "אימעיל דיס פאלדער" אדער "אימעל אלל פיילס פראם דיס פאלדער" אבער קיין אפציע צו אימעילן דעם פאלדער כמות שהיא איז נישט פארהאן. און אויב איך פאלג אים נישט, און כ'אימעיל יא א גאנצן פאלדער, קריג איך אן אזהרה אז איך בין פארבאטן בכל החומר דאס צו טאן. רבוש"ע על מה ולמה?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:05 pm

רייט קליק אויף די פאלדער און סענד טו קאמפרעסד פאלדער , דערנא? עטעטש עס צו די אימעיל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:31 pm

יישר כח אנדי פארן זיך ווארים אנרופן צו מיין אפיל, די מעשה איז נאר, אז דו האסט דא צוטון מיט אזא עם הארץ, אין די עניני קומפיוטערס, אז דו קאנסט זיך גארנישט פארשטעלן.

עשיתי ככל מצותך אשר צויתנו, און כ'האלט ביי אלף.

אגב, אז כ'אב געזיפט דעם פאלדער. 1] וואו געפינט זיך אפ דער זיפ? וואו איז אצינד דער לאקאל פונעם געזיפטן פאלדער? 2] דארף איך יעצט פרובירן צו אימעילן דעם פאלדער כמו שהוא אדער דארף איך אפיר זוכן דעם געזיפטן פאלדער און מעילן דעם זיפ?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:37 pm

1) לכאורה געפינט זיך די זיפט פאלדער אדער אויף די זעלבע פלאץ ווי די ארגינעלע פאלדער ליגט אדער אויפ'ן דעסקטאפ. די נאמען פון די פאלדער איז די זעלבע נאר עס ענדיגט זיך מיט א פינטעלע zip

2)ווען דו קאמפאוזד דיין אימעיל וועסטו האבן אן אפציע צו צולייגען אן עטעטשמענט און ווען דו וועס קליקען אויף יענע אפציע וועסטו קענען בראוזען (זוכען) די זיפד פאלדער און דערנאך עס עטעטשען.

דערנאך קאנטיניו טו אימעיל און געגאנגען ווייטער.


אויב דו דארפסט נאך הילף nhy sgo קענסטו מיר אנפרעגען אין גוגעל טאלק. andypetitny@gmail.com
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:46 pm

זארעך : איך גלייב עס נישט די האסט נישט געוויסט וואס א זופ פייל איז ........ יא מעק מי פיל סא גאד אז איך ווייס כאטש איין זאך מער ווי זארעך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:58 pm

כ'האב פארדיר א פשוטע עצה אן קיין יוך אדער לאקשען

לייג צו נאכן נאמען פונעם פאלדער DOC.

און דער גולמי הקאמפיוטער וועט מיינען אז ס'איז איין גרויסע וורד פייל אין ער וועט דורך לאזן (פארשטייט זיך אויב סאיז נישט צו גרויס)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג פאברואר 18, 2008 2:58 pm

דארפסמאן, אבער יעצט אז זארעכ ווייסט שוין, שטייען ענק אבער נאך אלץ נישט אייניג... (זשאסט קידדינג)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג פאברואר 18, 2008 3:05 pm

זיידעניו. דו זאגסט גוט. איך וואונדער מיר פארוואס מיר איז דאס נישט בייגעפאלען. גיימיר פרובירען אויב עס ווירקט טאקע. ווארשיינליך יא
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 18, 2008 3:41 pm

דעם זיידענס עצה האט ליידער ניט געהאלפן. אלענספאל, א יישר כח. א באזונדערן יישר כח פאר אלעקסיי פאר די זופ הצעה, און פארשטייט זיך א גרויסן הילכיגן יישר כח פאר מיין זופ מלמד, אנדי פעטיט, וועלכער האט זיך מיט מיר מטפל געווען כאשר ישא האומן את בנו, און מיר אנגעצייגט די פונקטליכע אינסטרוקציעס. ותהא משכורתכם מעם ה"א ישראל.

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דינסטאג פאברואר 19, 2008 9:56 am

די זיידעניו עצה האט נישט געארבעט פאר גאנץ א פשוטע סיבה, ווייל א פאלדער נאמען קען מען נישט טוישן צו אן אנדערע מין פייל, ווייל עס איז נישט א פייל עס איז א פאלדער, נארמאל קען מען טוישן א יעדע פייל צו אן אנדער פארמאט,
למשל GMAIL לאזט נישט דורך אסאך מאהל .EXE פיילס אפילו אויב עס איז אין א זיפ. איז דא אויף דעם אן עצה אז אויב מען טוישט די לעצטע דריי אותיות צו סיי וואספארא פארמאט אזוי ווי .TXT און אא"ו וועט ער נישט כאפן אז דאס איז א EXE פייל און ער וועט עס דורך לאזן, מען דארף נאר אהן זאגן פאר ווער עס באקומט עס עס צוריק צו טוישן צו די ארגינעילע פארמאט, ווייל אז נישט וועט עס נישט ארבעטן.
נאך איין זאך איז תלוי אין דעם, מען דארף אהנשטעלן ביי פאלדער אפשענס ביי די VIEW טעב, אראפ נעמן די טשעק פון "Hide extensions for known file types" אזוי וועט ער אלעמאל ווייזן ביי יעדע פייל וואסארא סארט דאס איז. אויב עס איז נישט אנגעשטעלט וועט מען גארנישט אויפטוהן מיטן טוישן די לעצטע דריי אותיות.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 19, 2008 1:20 pm

א פאלדער איז נישט מער ווי א דירעקטארי א מראה מקום ווי אין "דיין קאמפיוטער" די פאלדער פיילס ליגן

און אז דו שיקסט א פאלדער אויף אימעיל וועט דער קאמפיוטער זוכן די פאלדער פיילס אין "יענעמס" קאמפיוטער אויף דעם מראה מקום
און וועט דיר שיקן א עראר "ווינדאוס קעננאט פיינד פייל פלוני במקום פלוני" ווייל די פאלדער פיילס ליגן דאך אין "דיין קאמפיוטער" נישט אין "יענעמס" קאמפיוטער

דעריבער איז די איינציגסטע עצה צו קאמפרעסן די פאלדער וואס דורכדעם ווערט פון די אלע פאלדער פיילס איין גרויסע פייל און שיקן אויף אימעיל אלס א פייל

און דאס הייסט א טעלער זופ, און יענער זאל אויסגיסן די זופ אויף זיין קאמפיוטער, אדער אז יענער וויל קען ער אויסגיסן די זופ אויף זיין טיש (עקסטרעקטן צום דעסקטאפ) אדער סיי ווי אויף זיין קאמפיוטער

און אויב לאזט מען נישט נישט דורך קיין זופ דורכ'ן גרעניץ מוז מען צוקומען צום זיידן'ס עצה און שווערצן דעם גרעניץ
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט