האט איר דאמעינס וואס איר נוצט נישט?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

האט איר דאמעינס וואס איר נוצט נישט?

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:36 pm

מאכט זיך אז ס'פאלט אייך איין א געדאנק, א ביזנעס וכו' און איר קויפט א דאמעין פאר דעם צוועק. אבער וואס טוט מען אז די איידיע צורינט און עס בלייבט גארנישט דערפון, וואס טוט מען ווייטער מיטן דאמעין?

האט איר אזעלכע דאמעינס וואס איר האט רעגיסטרירט, אבער משום איזה האלט איר די דאמעינס ביי זיך, און איר האט נישט קיין פלאן אויפן מינוט וואס צו טון מיט די דאמעינס?

פארוואס האלט איר זיי? ווילט איר פארקויפן די דאמעינס? פלאנט איר אמאל זיי צו נוצן פאר 'עפעס'? האט איר עפעס אן אנדערע פלאן?

לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגן איבער די נושא...
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:44 pm

איך כאפ נישט די נושא. יא איך האב, וואס איז יעצט?

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 12:12 am

אז מ'רעדט שוין פון אומבאנוצטע דאמעינס. וועלכע קאמפאני איז די בעסטע (ביליגסטע) צו קויפן א דאמעין וואס איך וויל בלויז האבן אוועקגעלייגט, נישט צו ניצן אויף דערווייל?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 12:35 am

מומחה איך דארף א שיעור אין די נושא פון דאמעינס.
איז דאס ווי א טעלעפוין נומער, פארוואס האבן דאמעינס אנדערע פרייזן, ווער איז בעה״ב דערויף און פון וועם קויפט מען דאס? וכהנה וכהנה.
איז אפשר דא א אשכול איבער די ענין, אויב יא ביטע צוצייכענען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:19 pm

FedEx האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אומבאנוצטע דאמעינס. וועלכע קאמפאני איז די בעסטע (ביליגסטע) צו קויפן א דאמעין וואס איך וויל בלויז האבן אוועקגעלייגט, נישט צו ניצן אויף דערווייל?

שווער צו זאגן ווער ס'איז ביליג, יעדע שטיק צייט טוישן זיך די פרייזן און א דאמעין ווי עמעזאן האט אמאל אויך געקאסט צען דאלער. אזויפיל יא, אז גאו-דעדי איז נישט די אדרעס פאר דאמעינס, אויב ווילט איר וויסן ווי גוט אדווערטייזמענט ארבעט דאן קוקט אויף גאו-דעדי.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:20 pm

יאצמעך האט געשריבן:מומחה איך דארף א שיעור אין די נושא פון דאמעינס.
איז דאס ווי א טעלעפוין נומער, פארוואס האבן דאמעינס אנדערע פרייזן, ווער איז בעה״ב דערויף און פון וועם קויפט מען דאס? וכהנה וכהנה.
איז אפשר דא א אשכול איבער די ענין, אויב יא ביטע צוצייכענען.

מיין רבי האט מיר אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט דארפן און וועלן, און זיכער נישט זאגן הויך אדער שרייבן אין פובליק.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:23 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
FedEx האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אומבאנוצטע דאמעינס. וועלכע קאמפאני איז די בעסטע (ביליגסטע) צו קויפן א דאמעין וואס איך וויל בלויז האבן אוועקגעלייגט, נישט צו ניצן אויף דערווייל?

שווער צו זאגן ווער ס'איז ביליג, יעדע שטיק צייט טוישן זיך די פרייזן און א דאמעין ווי עמעזאן האט אמאל אויך געקאסט צען דאלער. אזויפיל יא, אז גאו-דעדי איז נישט די אדרעס פאר דאמעינס, אויב ווילט איר וויסן ווי גוט אדווערטייזמענט ארבעט דאן קוקט אויף גאו-דעדי.

פארוואס איז גאו דעדעי נישט גוט?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:23 pm

האסט דארט א דאמעין, אדער דו זוכסט צו פרעגן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:25 pm

רופא נפשות האט געשריבן:איך כאפ נישט די נושא. יא איך האב, וואס איז יעצט?

די שאלה איז פארוואס האלסטו עס, ווילסט זיי אמאל פארקויפן?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:29 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:מומחה איך דארף א שיעור אין די נושא פון דאמעינס.
איז דאס ווי א טעלעפוין נומער, פארוואס האבן דאמעינס אנדערע פרייזן, ווער איז בעה״ב דערויף און פון וועם קויפט מען דאס? וכהנה וכהנה.
איז אפשר דא א אשכול איבער די ענין, אויב יא ביטע צוצייכענען.

מיין רבי האט מיר אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט דארפן און וועלן, און זיכער נישט זאגן הויך אדער שרייבן אין פובליק.

:oops:
מיין רבי האט מיר אויסגעלערנט לא הביישן למד
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:32 pm

און וואס שטייט א שורה ווייטער ווייסטו אויך?

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:33 pm

מומחה עצום האט געשריבן:האסט דארט א דאמעין, אדער דו זוכסט צו פרעגן?

יא, עטליכע

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:35 pm

מומחה עצום האט געשריבן:און וואס שטייט א שורה ווייטער ווייסטו אויך?

ביזט א קפדן?? זעהט נישט אויס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:36 pm

מומחה עצום האט געשריבן:האסט דארט א דאמעין, אדער דו זוכסט צו פרעגן?



איך האב אפאר
וואס איז די פראבלעם? און ווער איז בעסער?
חותמו של הקב"ה אמת

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:42 pm

ס'דא מענטשן וואס דארפן יעדע פאר מינוט באקומען אן אימעיל, אז נישט מיינען זיי אז די וועלט גייט אונטער. צו יעדע צייט דארף די טעלעפאן דריזלען מיט נאטיפיקאציעס און ווייסעך וואס אבי מ'זאל זיין ביזי.

גאו-דעדי איז א טאקע א גרויסע קאמפאני וואס פירט אן מיט דאמעינס, אבער זייער עיקר ביזנעס איז נישט דאמעינס. די ציל איז אז מענטשן זאלן קויפן אימעיל און אלע אנדערע סארטן אומנויטיגע סערוויסעס וואס מ'גייט נישט נוצן און זיי דארפן נישט קאסטן אזויפיל - אמאל זענען די זאכן אומזינסט נאר גאו-דעדי בעט דערפאר, ווייל פארוואס נישט.

אויך שיקן זיי אימעילס מיט אפפערס און אלע סארטן ניוזלעטערס וכדו', דאס איז גוט פאר איינער וואס גלייכט די זאכן.

גיי אמאל צו אנדערע דאמעין קאמפעניס, וועסטו זען ווי ס'איז א נחת. קיינער פארקויפט דיר נישט קיין סערוויסעס, מ'באשווינדלט דיר נישט מיט 'דאמעין פראטעקשען' (וואס איז לא הי' ולא נברא) אדער סיי וואס, ווילסט א דאמעין, דא האסטו און געגאנגען ווייטער.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:45 pm

נוסח אייוועלט האט זיך די שמועס אוועקגעדרייט צו דאמעין קאמפאניס, כאפט זיך גוט אן ווייל די שמועס דרייט זיך יעצט צוריק.


איינס, צוויי... און דריי!

בומפס! פיין צוריקגעדרייט!

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:57 pm

מומחה, איך האב אפאר, די האסט אן עצה וואס צו טוען מיט דאמעינס?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

טראסטי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 11:46 am

תגובהדורך טראסטי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:59 pm

נו, אפשר לאזט מען יא די שמועס פאר נאך א וויילע ביי דאמעינס, היות דאס איז פונקט היינט געווען אפן טיש ביי אונז אין אפיס! נישטא קיין פונקט...
מומחה, קענסט געבן עטוואס דיטעילס און וועלכע פירמע איר וואלט יא רעקאמענדעט?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:15 pm

איך וואלט רעקאמענדירט namecheap. ווי מומחה זאגט, ביי זיי איז נאדיר א דאמעין נעים און געגאנגען ווייטער.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:19 pm

צום נושא, מיינע דאמעין נעימס זענען א מציבה צו די צענדליגע איידיעס וואס כ'האב געהאט. אפשר איין טאג וועל איך צוריק קומען און זיי מחיה מתים זיין.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:21 pm

wow גיט א קוק ווער ס'דא! ירוחם...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:24 pm

לאמיר הערן מומחה, חוץ ארויפלייגן א העפטי פרייסטעג און ווארטן ביז אפשר איינער מעגליך וועט עס מעיבי וועלן טראכטן פון אולי אפקויפן, איז דא נאך א איידיע?
הק' איש ימיני

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 7:35 pm

טראסטי האט געשריבן:נו, אפשר לאזט מען יא די שמועס פאר נאך א וויילע ביי דאמעינס, היות דאס איז פונקט היינט געווען אפן טיש ביי אונז אין אפיס! נישטא קיין פונקט...
מומחה, קענסט געבן עטוואס דיטעילס און וועלכע פירמע איר וואלט יא רעקאמענדעט?

דאס ווערט אויסגעשמועסט אין דעם אשכול

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 7:44 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מומחה, איך האב אפאר, די האסט אן עצה וואס צו טוען מיט דאמעינס?

גערעכטער האט געשריבן:לאמיר הערן מומחה, חוץ ארויפלייגן א העפטי פרייסטעג און ווארטן ביז אפשר איינער מעגליך וועט עס מעיבי וועלן טראכטן פון אולי אפקויפן, איז דא נאך א איידיע?

פון דעם האב איך געוואלט רעדן. די נושא פון דאמעינס איז קאמפליצירט און נאכמער ווען ס'קומט צו פרייזן, א פשוטע דאמעין קען קאסטן אלפים סתם ווייל איינער זיצט דערויף און נישט ווייל ס'איז טאקע ווערד דעם פרייז.

למשל איך האב עטליכע דאמעינס צום פארקויפן, אבער איך ווייס אז די דאמעינס האבן נישט קיין ערנסטן ווערד און דעריבער בעט איך נארמאלע פרייזן. אבער מיט דעם אלעם זענען קיין קונים נישט פארהאן, ווייל ס'איז נישט דא קיין אינטערעסע אין די נאמען אדער ווארט - מ'קען דערפון נישט מאכן א ברענד.

וואלטן ענק ארויסגעלייגט די דאמעינס דא אז מ'זאל זיי קענען אפשאצן?

Drop ceiling
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 03, 2017 9:42 am

תגובהדורך Drop ceiling » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 7:55 pm

KosherMail.org


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט