איבעי עקספרעסס וואס איז דאס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

איבעי עקספרעסס וואס איז דאס?

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:23 am

איבעי עקספרעסס וואס איז דאס?

שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

תגובהדורך שלמה שמש » דינסטאג אוקטובער 30, 2007 9:00 pm

דאס איז א אפטיילונג פון די ברייט באקאנטע אינטערנעט מארקעט פאלץ נאר איין חילוק איז דא ביי דעם אז עס איז מער אויסגעשטלט ווי אסאך סטארס אונטער איין דאך עס איז נישט דא דארט קיין אקשענס אין בכלל איז עס מער געאייגענט פאר איינעם וואס האט מער ווי איין זאך אזוי ווי א סטאר.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 31, 2007 10:09 am

זיי אביסל בעסער מסביר ביטע
שכח

שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

תגובהדורך שלמה שמש » מיטוואך אוקטובער 31, 2007 12:24 pm

לכבוד ר' פאטאקי יר"ה האב איך געמאכט אביסל מער ריסורטש וועגן איבעי עקספרעס און עס מיר געווען זייער אונטערסאנט וואס איך האב געטראפן איך וועל עס מיט טיילן מיטן ציבור, הערט אין האט הנאה
עס איז א אפטיילונג פון איבעי אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פריער דאס ארבעט אזוי אויב א סעללער (מוכר) קומט נאך פארשידענע פארלאנגטע זאכן (ווי מיר וועלן באלד זען וואס) וועט אטאמאטיש ווערן ארויף געלייגט די זאכן וואס ער פארקויפט אויף איבעי אויך אויף איבעי עקספרעס אן קיין עקסטערע רעכונג (טשארטש בלע"ז) אין פארשטייטסיך אז אזוי האט מען מער קונים. (איך למשל גלייך מער צו קויפן אויף איבעי עקספרעס ווי אויף איבעי סתם).
דאס זענען די תנאים:
1) מען דארף האבן א פידבעק סקאר (ד.מ. ווען איינער פארקויפט אדער קויפט עפעס אויף איבעי קען דער מוכר מיטן לוקח איבער לאזן איינער פארן צווייטן פידבעק ווי אזוי עס איז געווען דער מקח צו ער האט באצאלט אין צייט געשיפט אין צייט וכדו') פון 100 אדער מער.
2) די פידבעק פערצענט דארף זיין 98% אדער בעסער דאס הייסט אז נאר צוויי פערצנט מענטשן מעגן זאגן אז ער טויג נישט.
3)מען מוז האבן א פעי פאל פרימער אקאנט אדער א פעי פאל ביזנעס אקאנט.
4) מען דארף האבן א פאבליק פידבעק פראפייל (ד.מ. חוץ וואס מען קען איבערלאזן פידבעק פארן מוכר\לוקח קען מען אויך שאצן דעם מוכר ווי גוט ער סערווירט זיינע קאסטעמרס) מען דארף באקומען אזעלעכע פידבעק פון כאטש 100 מענטשן מען זאל באקומען אזא פראפיל.
5) מען דארף זיין א רעטשעסטערט מעמעבער פון איבעי אין קאנדא אדער אין די פאראיינגטע שטאטן.
6) מען מוז געבן די אפציע פאר די קונים צו באצאלן עטלעכע פראדוקטן מיט איין באצאלדונג. אזוי ווי אלע אנליין שאפינג סטארס קען מען אריין לייגן זאכן אין א שאפינג וועגעלע אין דערנאך מאכן איין באצאלדונג.
ע"כ די שווערע תנאים אבער איך זע אז עס איז דא מיליאנען פראדוקטן אויף איבעי עקספרעסס זעט אויס אז עס אי דא אסאך מענטשן וואס קענען נאך קומען די אלע זאכן.
נאך דעם קומט נאך צו ווי אזוי מען דארף ליסטן די זאכן אז עס זאל ארויף גיין אהין אבער דאס וועל איך נישט איבערזעצן ווער עס וויל קען עס דא ליינען http://pages.express.ebay.com/service/a ... lling.html

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 31, 2007 12:33 pm

א גרויסען שכח

נאר איין זאך אויב די קענסט מיר ענטפערען

פארוואס לוינט זיך בעסער צו קויפן אויף עקספרעסס ווי אויף איבעי סתם?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אוקטובער 31, 2007 1:33 pm

לויט ווי איך פארשטיי, ווייל דאן ביסטו מער פארזיכערט אז ער איז א פארלעסליכער מוכר
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

תגובהדורך שלמה שמש » מיטוואך אוקטובער 31, 2007 6:10 pm

עס איז אסאך שענער די סייט. ביי די וועי די נאראמלע איבעי בויט אויך יעצט איבער זייער שיין.
אין אזוי ווי אלעק זאגט אז עס מער פארלעסליך.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט