בלאט 1 פון 2

גוגל טאלק קשיא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 1:46 pm
דורך גרויזאמער
איז שייך אזא זאך צו שיקן צו זיך אליינס א מעסעדזש ווען מען איז אריינגעסיינט אינעם זעלבן אימעיל?

כלומר איך האב צוויי קאמפיוטערס, און ביי ביידע בין איך אריינגעסיינט מיט איין אימעיל אדרעס, און איך וויל שיקן פון איינס צום צווייטן.

איז דא אזא מציאות?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:05 pm
דורך אלעקסיי
זיכער אז יא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:05 pm
דורך אלעקסיי
אפילו פונעם זעלבען קאמפיוטער קענסטו אויך!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:07 pm
דורך אלעקסיי
וה"ה מסעלפון לסעלפון נמי!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:09 pm
דורך גרויזאמער
מיטן זעלבן אימעיל? איך זעה נישט קיין שום אפשען צו טשעטן מיטן אימעיל וואס איך בין יעצט אריינגעסיינט.

דאס טייטש, איך זעה מיך נישט צווישן מיינע עוועיליבל קאנטעקטס

?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:14 pm
דורך אלעקסיי
אה... דו רעדטס פון טשעטן אדער שיקען א מעסעדזש? איך האב טאקע געוואונדערט אויף דיין קעפל גוגל טאלק קשיא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:15 pm
דורך גרויזאמער
יא פון טשעטן, סארי אויב מען האט מיך נישט פארשטאנען.

איז שייך אזא זאך צו טשעטן צו זיך אליינס? פון איין קאמפיוטער צום צווייטן?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:20 pm
דורך אלעקסיי
לכאורה נישט
אגב, פארוואס פייגערסטו אזוי שטארק צו רעדן צו דיר אליינס?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:25 pm
דורך פאטאקי08
מען קען נישט איך האב געטרייעט צו טשעטען צו מיר אליינס (וויזוי? באלד העמיר רעדן) און דאס קומט ארויף:

pataki08@gmail.com is offline and can't receive messages right now.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:26 pm
דורך פאטאקי08
אייגענטליך ווי אזוי איז מעגליך צו זייין קאנעקטעד צו איין אקאנט דורך צוויי קאמפיוטערס?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 2:41 pm
דורך אלעקסיי
דאס איז מעגליך. פארוואס נישט? דו האסט עס דען שוין פרובירט און עס איז נישט געגאנגען???

און וואס טוט זיך צו זיין איינגעסיינט אויף איין קאמפיוטער אין 2 אקאונטס, אמאל גייט עס יא און רוב מאל נישט. ווייסט איינער פשט?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 9:06 pm
דורך איך_הער
אלעקסיי האט געשריבן:לכאורה נישט
אגב, פארוואס פייגערסטו אזוי שטארק צו רעדן צו דיר אליינס?


ער וויל זיך דוירעך רעדן מיט א קליגן איד.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:00 pm
דורך קרעמער
סתם א גראמאטישע הערה: א קשיא איז ווען איינער האט א שוועריגקייט אין עפעס, נישט ווען מען פרעגט סתם עפעס וואס מען וויל וויסן, דאס איז א פראגע/שאלה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:13 pm
דורך מאשקע
גרויזאמער, ביי יאהו מעסענדזשער קען מען יא כאפן א שמועס מיט זיך אליינס. לייג צו דיין אייגענעם נאמען צו דיין ליסטע.

פאטאקי, מוזסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט צוגעלייגט דיין אייגענעם אדרעס צו דיין גוגעל טאלק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2007 11:54 pm
דורך סאכדעס
אלעקסיי דיין שאלה האט שוין קרעזי ערגעצוואו פארענפערט.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:13 am
דורך שמייכל
דוכט זיך מען קען זיין אריינגעסיינט צו צוויי באזונדערע אקאונטס דורך איין קאמפיוטער, דורך עפענען צוויי זשימעילסטולק, איינס דורך גוגל טולק און איינס דורך זשימעיל דירעקט.

אבער גרויזאמערס קשיא בלייבט שווער.

איך האב אן אנדער קשיא. איך פארמאג אסך קאנטאקטן אין מיין גוגל טולק ליסטע אבער איך קען נישט זעהן אלע, ווי מער איך ציה אויס דעם פענסטערל קומען ארויף נאך, אבער איך קען דאך נאר ציהן ווי גרויס דער סקרין איז. טא וויאזוי איז מעגליך צו זעהן אלע אויף איינמאל?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:16 am
דורך סאכדעס
די שאלה איז שטארק, כ'מיין וואס קענסטו טוהן אויב דו ווילסט זעהן די גאנצע טעקסט פון עטליכע הונדערט בלעטער אין איין סקרין פון 20 אינטשעס???

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:22 am
דורך מאשקע
סאכדעס, סטאפ.

שמייכל, ביי די סעטינגס איז דא א פלאץ וואו מ'קען עס טוישן. כ'געדענק נישט אויפ'ן מאמענט, כ'על עס בלי"נ מארגן נאכטשעקן.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:24 am
דורך שמייכל
סאכדעס, איך מיין צו זאגן אז עס איז נישטאמאל דא א סקראל באר מען זאל קענען אראפ/ארויפרוקן צו זעהן די קאנטאקטן.

מאשקע יישר כוח למפרע

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:31 am
דורך קרעמער
שמייכל;

ביי מיר איז יא דא א סקראל באר.

גיי צו VIEW, און נעם אראפ דעם טשעק פון SHOW ONE PAGE.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 12:46 am
דורך שמייכל
שעקויעך ר' קרעמער.

אייער עצה האט געהאלפן וואונדערבאר! און גאר שנעל, א זאך וואס איך מוטשע מיך שוין לאנג.

עניוועי, איך האב אן אנדער קשיא קען מען זיין אריינגעסיינט אין קרעטשמע מין צוויי נעמען דורך איין קאמפיוטער?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 1:06 am
דורך איך_הער
אויף מיין קאמפעיוטער זענען אמאל געווען איינגסיינט צוויי ניקס, ווען כ'האב נעכטן פראבירט עס צו טוהן נאכאמאל, איז עס נישט געלונגען.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 1:16 am
דורך קרעמער
כ'מיין אז דורך צוויי בראוזערס (פייער פוקס און IE וכדומה) קען מען.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 1:16 am
דורך שמייכל
איך פאורפאזר, ס'טויג נישט

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 19, 2007 11:36 am
דורך פאטאקי08
מאשקע האט געשריבן:
פאטאקי, מוזסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט צוגעלייגט דיין אייגענעם אדרעס צו דיין גוגעל טאלק.


מאשקע, איך מוז?

נו אז איך מוז מוז איך

אקעי איך האב אזוי געטוהן

ביי די סוירטש אונטער די פלאץ ווי די סעטסט אויף דיין מעסעדזש דאס הייסט דיין חתימה אויף גוגל טאלק הייב אן אריין צו טייפן דיין קאנטאקט (מאשקע עט דזשימעיל וואטעווער ס'איז) וועט ארויפקומען דיין נאמען לייג די מייזעל דערויף אן קליקן וועט ארויסקומען אין די זייט פון דיין נאמען א גרעי באטאן INVITE דריק די אינווייט באטאן און אינווייט דיך סוועט אבער נישט ארויף קומען דיין נאמען אויף דיין ליסט פון חברים וואס די גוגלסט מיט זיי יעצט גיי נאכאמאל צו סוירטש און הייב נאכאמאל אן אריין צו טייפן און ווען סקומט ארויף דיין נאמען לייג די מייזעל דערויף און דריק ""נישט"" אינווייט נאר ווארט נאך א סעקונדע און סוועט ארויף קומען א באקסעל אין די זייט מייט דייין נאמען און פיקטשער און אויף די רעכטע זייט אויבן פון באקסעל וועסטו זען א "דראפ דאון עראו" דראפעס אראפ און דריק טשעט וועט ארויף קומען א טשעט ווינדאו פון מאשקע צו מאשקע

אבער וועסט נישט קענעו טשעטען סוועט שטיין אז די ביסט אף ליין

אויב פארשטייסטו נישט פרעג איבער