בלאט 1 פון 1

ס'איז דא אזא זאך???

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 4:03 pm
דורך 9/11/01
ס'איז שייך אזא זאך אז מ'זאל קענען FORWORD'נ מער ווי איין אימעל אויפאמאל??

הלוואי!!

כ'וואלט מיך געשפארט אסאך צייט

איינער ווייסט צו ס'איז שייך?????

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 4:07 pm
דורך 3x0
אין Micorosft Outlook קען מען, מען סעלעקט אלע אימעילס וואס מען וויל פארווערדען, און מען דריקט פארווערד.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2007 4:08 pm
דורך 9/11/01
אין יאהו??? גימעיל?? ועוד???

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 2:35 pm
דורך שוועמל
צום זעלבן רעסיפיענט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 3:00 pm
דורך 9/11/01
יא!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 4:16 pm
דורך פאטאקי08
צוערשט זאג ווועלכע פראגרעם די ניצט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2007 4:25 pm
דורך 9/11/01
יאהו און GMAIL

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 3:06 pm
דורך פאטאקי08
מיינסט אוודאי דורך זייער וועב זייט
תירוץ

GMAIL קען מען נישט
YAHOO ווייס איך נישט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2007 6:37 pm
דורך שלמה שמש
וואס הייסט מען סעלעקט ווי אזוי סעלעקט מען? איך האב אויך געוואלט יעצט שיקן א גאנצע בארג מיט אימעילס אויף אמאל אבער איך האב גאנץ שנעל אויפגעגעבן איך נוץ אטלאק צוויי טויזענט אין זיבן למספרם

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2007 7:29 pm
דורך יאנאש
ען קליקט אויף איינע פון די אימעילס וואסמען וויל שיקן, און מען כאפט אן דעם קאנטראל קנעפל אויפן קיבארד, און אזוי אנכאפנדיג קליקט מען אלע אנדערע וואס מען וויל אויך שיקן, און ווען אלעס איז סעלעקטעד דריק דעם פארווערד קנעפל און יאללא.

אויב זענען אלע וואס די ווילסט שיקן, איינס גלייך נאכן צווייטן קענסטו קליקן דעם ערשטן און דריקן דעם שיפט קנעפל אויפן קיבארד, און אזוי אנכאפנדיג קליק דעם לעצטן, וועלן אלע אינדערמיט ווערן סעלעקטעד.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2007 9:14 pm
דורך צייטליך
שכויעך יאנאש, כ'האף אז ס'ארבייט, ס'קוקט אויס אז ס'איז א גוטע עצה, כ'האב מיך שוין אויך עטליכע מאל געפלאגט דערמיט,

טענקס.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2007 12:39 pm
דורך דרך אגב
שכוח יאנאש,

א כתיבה וחתימה טובה.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2007 2:05 pm
דורך הרוצה בעילום שמו

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2013 2:37 pm
דורך והמבין יבין
גם זה יעבור

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2013 3:01 pm
דורך מייקראסאפט
אז מען בעט פאלגט מען!