בלאט 1 פון 1

הילף פון די JNET באנוצער.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:47 pm
דורך Jewboy
איר האט JNET?
אז א מענטש עפענט א סייט איז עס געבלאקט ביי זיי, אדער מ'קען עס זעהן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:52 pm
דורך Jewboy
קענט איר זעהן די סייט?

http://www.24hrcarpetcleaning.com/

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:53 pm
דורך 3x0
יא, איך קען עס זעהן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:53 pm
דורך Jewboy
שכויח טריאו

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 1:00 pm
דורך צייטליך
איך קען עס אויך זעהן, און איך זעה נאך נישט פארוואס J-NET זאלעס בלאקירן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 1:03 pm
דורך Jewboy
די לינק וואס כ'האב געלייגט איז א סעמפל (ס'איז גאנץ א נייע סייט, סישיין?)

כ'האב פארשידענע סייט'ס וואס כ'ארבעט דערויף, און וואס איך העלף צו האבעך פשוט געוואלט וויסן אויב נייע סייט'ס קענט עטץ זעהן.

שכויח נאכאמאל פאר אלע וואס האבן גענטפערט אין צייט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 1:06 pm
דורך צייטליך
ס'איז זייער א שיינע וועב-סייט, אויב די ביסט דער וואס ארבייט דעראויף ביסטו ממש א פראפעשענעל!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 9:55 pm
דורך שוועמל
דער סייט איז זייער שיין, נאר איך פערזענליך האלט נישט פון א פלעש-סייט משום סיבות.

בדוו. דו קענסט מאכן פלעש פיקטשורס? אויב יא קום ארויף אין גוגל

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2007 12:23 am
דורך בןהרחמן
דזשובוי איך בין אויף דזשעי-נעט און איך קען עס אויך זעהן

איך מיין אז דזשעי-נעט ארבעט נישט אז אלעס איז געבלאקט פון זיך אליין חוץ אויב עס איז אפראוועד, נאר סתם אזוי איז אלעס אפען חוץ אויב פארמאגט אין זיך פארשידענע שליסל ווערטער וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, אזוי ווי מען זעהט אייביג ווען זיי בלאקירן א סייט געבן זיי אהן די אורזאך דערצו צו אומאיידעלע בילדער וכדומה, און זיי אפדעיטען כסדר זייער דאטא-בעיס פון געבלאקטע פלעצער, ממילא סתם א נייע סייט וואס פארמאגט נישט קיין שום זאך וואס זאל אויפברענגען א בלאקעניש וועט עס אדורכגיין

חוץ אויב דו מיינסט די וואס האבן נאר א ווייסע-ליסטע וואס מיינט אז זיי קענען גארנישט זעהן נאר וואס זיי באשטעלען פון דזשעי-נעט, אזעלכע וועלן טאקע דארפן צולייגן די סייט צו זייער ליסט, אבער די נארמאלע באנוצערס ווערן נישט געבלאקט סתם פון יעדע סייט.