בלאט 1 פון 1

SPAM

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 2:01 am
דורך קרעמער
צוליב א מעשה שהיה, איינער מיט צוטריט צו מיין אימעיל אקאונט האט זיך אויפגעצייכנט ערגעץ וואו אויפן וועלט ברייטן געוועבעכץ איבער פארשידענע סארטן קיופאנים מינים ממינים שונים, האט מיין ספאם שאכטל זיך לעצטנס אנגעהויבן יערן אויף הייווען, יעדע מאל איך קום אריין אין וועבאכץ מערק איך פרישע צוואנציג דרייסיג ספאם.

איז דא אן עצה וויאזוי לויז צו ווערן פון די נישט-גוטע? לוינט זיך אריינצוגיין צו איטליכן באזונדער און זיך אויסשרייבן? אדער איז דאס א שאד יעדע מינוט ווייל זיי שוועמלן זיך ווי מעהרן נאך א רעגן און כשזה נופל זה קם טשירי בירי באם פאפט אויף מיט א פרישע אדרעסע און שטעל זיך אויפן אחוריים בין תנור לכיריים שרייען א-וויידעל מצאתי איך האב אריינגעלאזט דעם משחית צו מיר אין פריוואטן שאכטל אריין.

הילף ביטע פאר א דורכגעפאלענעם.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 2:23 am
דורך מאשקע
פון עקספיריענס איז נישטא קיין עצה צו דעם. די אפציע זיך ארויסצושרייבן איז אסאך מאל א טריק צו זעהן צי דיין אדרעס איז אקטיוו, און איינמאל דו באשטעטיגסט זיי דעם פאקט, וועלן זיי זיך נעמען באמבאדירן דיין אימעיל אדרעס אז דו וועסט משוגע ווערן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 5:28 am
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

לויט ווי עס קוקט אויס איז טאקע נישטא קיין עצה מיט די חברה

קוק דא

עס איז עפעס א פילטער וואס כ'מיין אז מען קען מאכען, קוק דא

אבער לכאורה איז די בעסטע וועג צי מאכען א נייע אדרעס , אין לאזען די חברה רעדען צים דופן עקומה

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 11:58 am
דורך סאכדעס
די פראבלעם כאפט, אויב איז דא פון וויכטיגע קאמפאניעס וואס שיקן, און זייערס קומט אויך אן אין ספעם. א שטייגער ווי GEICO וואס ביי געוויסע אימעילס קומט דאס אריין אין ספאם, יאך האב געהאט אפגעשטעלט ספאם ביי יאהו אליינ'ס, האבעך פארפאסט זייערע אימעילס, און כ'דענק שוין נישט וועכע נאך קאמפאניס..

אלזא איז דא נאר איין עצה צו טוהן וואס לאקשעלע מיט קעז האט געצה'ט

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 12:59 pm
דורך לחיים ולברכה
פון מיין עקספיריענס טוה איך אויך באשטעטיגן דאס וואס אנדערע האבן געשריבן. זוך דיר אנייער ניק.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 5:17 pm
דורך קרעמער
איך האלט נישט ביים טוישן אימעיל אדרעסע נאר צוליב איין אנזעץ, איך וועל ענדערש מעקן די ספעם אדער איגנארירן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 5:35 pm
דורך קרעזי
אויב די רעדע איז פון גימעיל, זעה איך נישט וואס דער פראבלעם איז. גימעיל'ס פילטערס ארבעטן זייער גוט, און עס ממש אשאד אז זיי מאכן נישט אזעלכע פאר די שטאטישע וואסער. איך גיי אריין אין ספעם איינמאל א וואך, און איך וויש אלץ אפ כהרף עין, והעבר אין.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 5:41 pm
דורך קרעמער
הוא הדבר שחין ברד אשר דברתי.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 10:47 pm
דורך שוועמל
סיז דא אן אפשען צו בלאקן געוויסע סייטס פון דיר שיקן אימיילים, עס גייט גלייך אין קוואראנטיין אריין