אינבאקס ביי דזשימעל - ריוויא

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

אינבאקס ביי דזשימעל - ריוויא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

פאריגע וואך האט גוגל ארויסגעגעבן א גענצליך נייע אימעל סערוויס, זיי ריפען עס "אינבאקס". מען קען דאונלאודן די עפפ פאר ענדרויד פון דא און פאר אייפאון פון דא, אויך קען מען אנקומען דערצו דורך די בראויזער.

ביזדערווייל איז עס נישט עוועלעבל פאר יעדעם, כדאי צו באקומען עקסעס, דארפסטו ווערן אינווייטעד דערצו, דאס קען זיין אדער דורך א חבר וואס האט שוין אינבאקס, יעדע אינבאקס יוזער באקומט דריי אינווייטס צו שיקן נאך אפאר טעג, אדער דורכן שיקן אן אימעל צו גוגל בעטן זיי זאלן דיר שיקן אן אינווייט, אדער איז דא אן עצה, אז דו גייסט צו א פאון וואס האט שוין אינבאקס, און די לייגסט צו דיין קאנטע צו יענעמס פאון, די מאכסט אז אינבאקס זאל זיך סינקען, עפענסט אויף דיין אימעל אויף יענעמס פאון, איינמאל עס ארבעט קענסטו רימאווען דיין קאנטע און עס וועט שוין ארבעטן אויף דיין פאון.

אנהייב ווי יעדע נייע זאך איז עס אביסל קאנפיוזינג, זיי האבן קאמפליטלי געטוישט די קאנסעפט וואס אן אימעל איז. ביז יעצט ווען האסט באקומען אן אימעל האט דאס געמיינט אז איינער וויל דיר עפעס זאגן, האסט עס געקענט ליינען, און געגאנגען ווייטער, אדער האסטו עס געקענט מארקן אנריעד, archive, יעצט מיט אינבאקס איז דעיס נישטא, אן אימעל איז א טעסק, א טו דו ליסט, פאר שמיעסן קען מען גיין צו טשעט... יעדע אימעל קען האבן אפאר אפשענס וויאזוי די ווילסט דיעלן דערמיט, קענסט עס "פינען", "סנוזען", אדער מארקן "דאָן".

ווען די "פינסט" אן אימעל באקומט די אימעל א שיינע פאזיציע און דיין אינבאקס, אויך איז דא א סוויטש אויף די טאפ פונעם פעידזש וואס ווען עס איז סעלעקטעד זעהסטו נאר אימעלס וואס האסט גע'פינט. איך וואלט געזאגט עס איז אזא איידיע אזויווי "סטאר" ביי דזשימעל. פינען אן אימעל איז געמאכט פאר אן אימעל וואס דו דארפסט וויכטיג צוריק קומען אסאך דערצו, א טעסק וואס דו דארפסט זיין אן טאפ אוף.

"סנוזען" אן אימעל איז פשוט, באקומסט אן אימעל ביינאכט, סאררי אבער דעיס דארף איך טוהן מארגן צופרי, דריקסט דעם סנוז באטטען, אדער אויפן פאון סווייפסטו פון רעכטס צו לינקס, און די לייגסט אריין א צייט ווען דו ווילסט ער זאל דיר דערמאנען פון די טעסק, ביז דעמאלטס וועסטו נישט הערן דערפון, ווען דו צייט קומט וועט ער דיר דיספעילן די אימעל צוריק און דיין אינבאקס.

"דאָן" איז ווען דו האסט געענדיגט די טעסק, שוין פיניש, פיין "דאָן", ער גייט אוועק פונעם אינבאקס, די זעלבע איידיע ווי "archived", עס איז נאך אלץ דא און א באזינדערע פאלדער.


נאכדעם האבן זיי געטוישט, אנשטאד טעבס, לעיבלס ביי דזשימעל, ביי אינבאקס הייסט דאס "Bundles", ביי דיפאולט איז דא אפאר Bundles, און מען קען אייביג צולייגען נאך לויט וואסערע פילטער דו מאכסט ביי די סעטטינגס.

א פיינע זאך האבן זיי צוגעלייגט, ביי יעדע אימעל פאר דו גייסט אריין קענסטו זעהן אלע וויכטיגע זאכן ווי פיקטשערס, עטטעטשמענס, טרעוועל אינפארמעישן, עס נעמט ארויס די היילייטס פון די אימעל וואס מען האט דיר געשיקט און לייגט עס אינדרויסען, און קענסט עס עפענען אן אריינגיין אין אויפזיכען וואו די עטטעטשמענט איז, האסט אלעס אויף איין פלאץ.

רימיינדערס, ווען דו שטעלסט אן א רימיינדער למשל צו קאלן איינעם פון דיין קאנטעקטס, וועסטו קענען דריקן אויף זיין פאון נאמבער און עס וועט עפענען די פאון עפפ.

איך וואלט געזאגט אז זיי האבן נאך א וועג צו גיין אסאך קלייניקייטען איז נאך נישט אזוי באקוועם, אבער זיי האבן געמאכט א פיינע דזשאב.

בילד
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

טענקס פאר די ריוויא!

אויב קען איינער שערן א אינווייט? לאדיך הערן
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליכע רעוויו, כ'גלייך סתם אזוי נישט די גימעיל לאאק, אפשר יעצט מיטן טויש וועט עס מיך מער כאפן
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך גלייך גראדע יא די דזשימעיל לוק און אז איך בין אויפגעסעט מיט לעיבעלס זעה איך נישט קיין גרויסע חידושים דערין חוץ די סנוז קנעפל.

יישר כח פאר דיין ריוויא (און פאר די אינווייט)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איך דארף נאך בכלל אריין גיין און מיין אימעיל עפפ זען וואס מען טוט דארט בכלל אחוץ קוקען אימעיל'ס.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

גראדע די יצר הרע קנעפל דארף צו זיין א געוואלדיגע אויפטוה פאר מיר....

אפשר קען מיר איינער שיקן אן אינווייט
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אפדעיט:

איך האב אינסטאלד די עפפ דורכן אויבנדערמאנטע לינק פון הרב מיקראסאפט, נאכן עפענען די עפפ זאגט ער מיר אז בלויז געלאדנטע געסט זענען ווילקאמען, אלזא האב איך צוויי אויסוואלן איינס: בעהטן פון א חבר א אינווייט צוויי: שיקן א אימעיל צו אן אדרעס וואס זיי געבן און זיי וועלן שיקן די אינווייט

האמער גע'שלח'ט אנימעיל פארזע...

סטעי טאונד
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

מאן יימר האט געזאגט א פיינע איידיע, מיר האבן עס געטוהן לאממער זעהן צו עס וועט ארבעטן.

איך האב געפענט אן אימעל אדדרעסס, און עס סוקסעספולי אינווייטעד צו אינבאקס. ווער עס וויל קען יעצט עפענען די עפפ אויפן פאון מיט יענע אימעל, איינמאל מען איז אריינגעלאגט לייג צו דיין געהעריגע אימעל דערצו אזוי וועט עס אויך באקומען אינבאקס.

עס קען נעמען א שטיק צייט ביז די טריק ארבעט, סאו אויב ארבעט עס נישט גלייך טריי נאכאמאל מארגן.

אימעל אינפאו:
[email protected]
Ivelt2inbox
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

די האסט פרובירט און ס׳האט געארבעט?

איך האב יעצט אריינגעלאגט דערין, און ווען איך האב נאכדעם נאכאמאל געעפנט אינבאקס מיט מין געהעריגע אימעיל אדרעסס שרייט ער מיך אהן אז איך בין נישט פון די געלאדנטע געסט.

ביי דע וועי, מיין אינווייט בקשה וואס כ׳האב ארויסגעשיקט פרייטאג איז נאכנישט נתמלא געווארן
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

Want an invite TODAY? #InboxHappyHour 3-4pm PT. Send us an email at [email protected] between 3 and 4pm PT and you'll get your invite by 5pm
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

דאס איז אויף פאסיפיק טיים?!

ווען קומט דאס אויס ביי אונז?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

6-7 EST
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

ביי דע וועי

לאמיר געבן א אפדעיט

איך האב שוין געשיקט בערך 7 אינווייט בקשות, זיי האבן מיר צוגעזאגט אז זיי וועלן מיר שיקן איינס ביי די ערשטע געלעגנהייט, זעהט זיך אויס ס'איז נאכנישט געווען דער ערשטער....

דערנאך האמיר געטרייט מייקראסאפט'ס עצה, ולא הואיל מאומה....


יעצט לאמיר פרעגן א דריטע זאך,
אויב עפן איך א ניי אימעיל אקאונט, האב איך א שנעלער שאנס צו באקומען א אינווייט, אויב יא, דאן קען איך לכאורה פון די אקאונט שיקן א אינווייט צו מיין אלטע אימיעל אקאונט.....?
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

איינער האט שוין געהערט פון זיי?

איך האב זיי געשיקט א ריקוועסט פאר א אינווייט 6:30
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

איז אזוי, איך האב געשיקט א אינווייט א וויילע ציריק, נעכטען האב איך פליצלינג באקומען א ענטפער אז זיי זענען נעתר לבקשתי, צען נאך אריינלאדענען האב איך שוין חרטה געהאט, און כמעט ג'פטר'ט, אבער א געפיעל האט זיך צי מיר געבעיטן איך זאל עס נאך נישט טיען, האב איך עס געלאזט, אנגעהויבן מער שטאדירן, און די מעלות האבן שוין אלע גערעדט, איך וויל נאר צולייגן א צענט מיט רעשט.

עס איז נישט עוועילעבל אויפן דעסקטאפ, על כן אלע זייערע מעלות זענען ווערט א זעץ ווען איך בין ביים קאמפיוטער, אלע זייערע איבערדרייען מיין מהלך המחשבה ווי אזוי מיין בליק זאל זיין ווען איך באקים א אימעיל, דעיס איז א גרויסע נערישקייט,

וואס איז געוועין שלעכט מיט רעד און אנרעד, אלע אנרעד זענען געוועין באלד, אלע רעד זענען ליכטיגר, אבער מיטן נייעם אינבאקס איז אדער טויט אדער רויט.

ועל כילם פארוואס האבן זיי אוועק גענימען דער דיליט קנעפעלע, איך באקים א אימעיל וואס איך וויל דיליטן נישט דאן'ן, אוועק עס זאל נישט בלייבן קיין זכר ווי פריוואטע אינפארמאצע וואס האט זיי געשטערט אז איך בין עוקר א מעסעדש מן השורש הא, אולי ווילן זיי כאדעווען די אינפארמאציע, זיי זאלן עס קענען פארקויפן פאר א שווארצע פאסטעך.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

פרישער האט געשריבן:
עס איז נישט עוועילעבל אויפן דעסקטאפ, על כן אלע זייערע מעלות זענען ווערט א זעץ ווען איך בין ביים קאמפיוטער, אלע זייערע איבערדרייען מיין מהלך המחשבה ווי אזוי מיין בליק זאל זיין ווען איך באקים א אימעיל, דעיס איז א גרויסע נערישקייט,



זיכער איז עס דא פון קאמפיאטער... Inbox.google.com
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אין אנדערע נייעס האט גוגעל אויך איבער געמאכט די קאלענדער עפפ, עס וועט אליין אריין לייגען איווענטס צב"ש אויב באקומסטו אן אימעיל מיט א פלייט בוקינג, אדער א רעסיט פאר א האטעל צימער, וועט עס אוטאמאטיש אריין קומען אין קעלענדער.
אויב וועט אריין קומען אן אימעיל מיט א טשעינדזש וועט זיך עס אוויטאמאטיש טוישען.

רימיינדערס פון גוגעל וואויס וועט אויך אריינקומען אין די נייע קעלענדער אפדעיט.

די עפפ אויסזעהן האט אנגענומען די נייע מאטיריעל דעזיין און ארבעט בענעזאם מיט'ן נייעם אינבאקס עפפ.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אקעי פיינעלי האבן זיי מקיים פזק געוועזן, און נעכטן קואאדער צו צעהן האבן זיי מיר געלאדנט אנטייל צו נעמען אין די אינבאקס פראגראם, יעצט העלמער דאס אויספרובירן צו זעהן אויב עס איז טאקע די גאלדענע גליקן וואס כ׳האב מיך איינגערעדט

טענקס מייקי פאר די אינפא.
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

עפען די עפפ אין לייג אריין די אימעיל עדדרעס וואס מייקערסאפט האט מנדב געוועהן
אימעיל אינפאו
[email protected]
ivelt2inbox
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

אקעי איך צי ציריק איך האב שוין אויף מיין דעסקטאפ די אינבאקס

איך מיז זאגען איך בין שרעקליך סארפרייזט

זיי האבן דערמיט געמאכט פיל טריט אויף ציריק נישט אויפ פראנאויס

זיי האבן מעביר געוועין אלע לעבס
מעביר געוועין אלע ציטריט צי קאנטאקטס
מעביר געוועין קאלענדער מען קען גארנישט צילייגן מער צים גוגלר קאלענדער סארא שמיעס איז דאס
ווייסט איינער עפעס מער, עס מאכט פשוט נישט קיין סענץ
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

יאפס,

ס'איז זייער נישט פראקטיש פארן דעסקטאפ
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

אויך האט עס נישט די אפציע צי עפענען א עטעטשמענט מיט די אריגינעילע פראגראם נאר מיט ג'ס וויאער
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

the right inbox

איך קלער אז דעי עדד אן צי ג'מעיל איז פיל חשובער, עס האט די אלע מעלות וואס אינבאקס וויל מחדש זיין אן די חסרונות ווייל עס איז ווי א ערראן צים עקזיסטירענדער ג'מעיל
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אך גלייך בעסער די אלטע גימל עפפ, די דעזיין פון די נייע איז א טאוטאלע דורכפאל...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך גלייך אויך בעסער די אלטע אבער איך וואלט נישט געלעיבעלט די נייע אלס א טאטאלע דורכפאל, מ'וועט זיך ווארשיינליך צוגעוואוינען דערצו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”