בלאט 1 פון 44

משומר-פילטער

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:31 pm
דורך משה יענקל
איינער האט די קאנטאקט נומבער פון זיי?
אימעיל?
וועב זייטל?
עקספיריענס מיט זיי?

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:37 pm
דורך שמן למאור

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:38 pm
דורך משה יענקל
שמן למאור האט געשריבן:http://www.meshimer.com
718-840-3490
[email protected]

א גרויסען יישרכח
ביזט דאך ממש ווי
""שמן למאור""

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:28 pm
דורך מילכיגער
וועט אונזער וועלטל זיין ACCESSIBLE דורך משומר פילטער?

THAT'S THE DEAL BREAKER

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:34 pm
דורך יהיה כן
אויף מיין לאפענטאטער האב איך 'משומר' פילטער, איז אזוי מיט אייוועלט
די הויפט בלאט עפנט זיך, און וואס ס'ידא דארט, ווענד זיך איין אשכול יא און איין אשכול נישט...
'זוך אקטיווע אשכולות' איז געבלאקט רוב צייט, קען זיך אמאל מאכן אז ס'וועט זיך יא עפענען....
מען קען לכאורה (נד"נ) זיי זאלן עפענען, אבער כ'האב דערווייל נאך נישט פרובירט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:37 pm
דורך שמן למאור
האמיר נעכטן ב"ה אינסטאלירט דעם סאפיסטעקריטען משומר פילטער, אזא פילטער איז נאכנישט געווען אין באניץ ביים ציבור, אזאנס צו פילטערן.

אזוי ווי יהי' כן האט שוין ערווענט עפענט זיך נישט אויף געוויסע אשכולות אין אייוועלט, ווייל נאכן דורכליינען דעם אשכול האט דער פילטער באשלאסן אים נישט צו לאזן עפענן. ווי צום ביישפיל דער אשכול וואס רעדט פון מציצה בפה, האט דער פילטער טראמפירט אז ער עפענט אים נישט ווייל ער האט געטראפן אין אים די ווארט מציצה. קוקט אויס ס'איז אין די ליסטע פון ווערטער וואס ער זאל נישט דורכלאזן. און אזוי נאך, דאס אלעס איז נישט קיין חסרון נאר גאר א שטארקע מעלה אז ער פילטערט גאהר גוט. און צוטיילט גוט טוב ורע.

אבער ב"ה איך האב איינגעגעבן א ריקוועסט אז אייוועלט איז געפילטערט ב"ה דורך די חשוב'ע איבערגעגבענע מנהלים ואחראים און זיי קענען רואיג אפען לאזן אייוועלט אלע אשכולות, און נאך א שעה איז אייוועלט געווען אפען בהדרו.

שנעלע און גוטע סערוויס, מאכט נישט שטייט דעם קאמפיוטער. דער טעכנישן וואס אינסטאלירט עס מאכט זיכער אז די קאמפיוטער זאל נישט האבן געוויסע וויירוסעס און אנטי וויירוסעס וואס זאלן קאנקערירן מיטן פילטער, און ב"ה ס'ארבעט א מחי'.

געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:01 am
דורך געלעגער
יישר כח. גיב איבער פאר משומר אז מיר זענען דא צו האלטן דאס פלאץ ריין און ערליך און מיר פראבירן דאס מערסטע וואס מעגליך.

געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2013 9:50 am
דורך ים רויבער
ובעיקר גיב איבער אז חוץ א נייעס אין תורה סייט איז עס א וויכטיגע ביזנעס סייט אין ס'מעג זיין אפען ביי דיפאולט

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2013 1:35 pm
דורך יוראפ
לויט די גוטע פידבעקס דא פלאנען מיר עס בקרוב זיך צו איינהאנדלען בשעטומ"צ

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2013 4:30 pm
דורך נא_שכל
דארף מען צאלען איינמאל פארן פילטער, אדער עס איז א חודשליכ'ע הוצאה?

גייט די גאנצע טרעפיק דורך זייערע סערווערס?

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2013 4:44 pm
דורך היימישער איד

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:39 pm
דורך ווינקל
ס'איז דאס?
Capture.GIF

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:02 pm
דורך היימישער איד
or remove the www

ווען מ'באשטעלט א סערטיפיקאט דארף מען מאכן זיכער צו בעטן סיי מיט די www און אויך אן. אויב נישט געשענט וואס ס'איז דא געשען.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:05 pm
דורך לכאורה
עס איז מיר אינטערסאנט אז זייער לאגא פארמאגט אין זיך דעם e סימבאל פון אינטערנעט עקספלאורער, דאס קען זיי מאכן פראבלעמען מיט די טרעידמארק חברה. ניין?

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:14 pm
דורך יהיה כן
כ'מיין אז עס איז די איינציגסטע פילטער וואס 'פעינט' אן, אלע מענטשליכע (הויט קאליר) בילדער, למשל אז מען באזוכט אויף אמעזאן זעהט מען נאר בגדים, די איבריגע חלקי הגוף זענען פארשווארצט, אז ס'דערמאנט די אנגעספרעיטע בית כסא'ס אין די 'אלטע' צייטן.....

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:32 pm
דורך מילכיגער
יהיה כן האט געשריבן:כ'מיין אז עס איז די איינציגסטע פילטער וואס 'פעינט' אן, אלע מענטשליכע (הויט קאליר) בילדער, למשל אז מען באזוכט אויף אמעזאן זעהט מען נאר בגדים, די איבריגע חלקי הגוף זענען פארשווארצט, אז ס'דערמאנט די אנגעספרעיטע בית כסא'ס אין די 'אלטע' צייטן.....


מיינסט אוודאי די ספרעי "האט רחמנות אויף אייער נשמה"...

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:34 pm
דורך מילכיגער
שמן למאור האט געשריבן:האמיר נעכטן ב"ה אינסטאלירט דעם סאפיסטעקריטען משומר פילטער, אזא פילטער איז נאכנישט געווען אין באניץ ביים ציבור, אזאנס צו פילטערן.

...

שנעלע און גוטע סערוויס, מאכט נישט שטייט דעם קאמפיוטער. דער טעכנישן וואס אינסטאלירט עס מאכט זיכער אז די קאמפיוטער זאל נישט האבן געוויסע וויירוסעס און אנטי וויירוסעס וואס זאלן קאנקערירן מיטן פילטער, און ב"ה ס'ארבעט א מחי'.


גם אני מצטרף...אויסגעצייכנטע סערוויס ועוד חזון צו פארציילן דיטעילס

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:38 pm
דורך derech eretz
יהיה כן האט געשריבן:כ'מיין אז עס איז די איינציגסטע פילטער וואס 'פעינט' אן, אלע מענטשליכע (הויט קאליר) בילדער, למשל אז מען באזוכט אויף אמעזאן זעהט מען נאר בגדים, די איבריגע חלקי הגוף זענען פארשווארצט, אז ס'דערמאנט די אנגעספרעיטע בית כסא'ס אין די 'אלטע' צייטן.....

לייג ארויף א סקרין שאט דערפון אויב דו האסט,
זיי מעגן מער מסביר זיין אויף זייער סייט די פילטער אפציעס

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 6:43 pm
דורך מילכיגער
IRS home page screen shot attached

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:40 pm
דורך יוראפ
און דא אויפן וועלטל איז אויך אלעס אנגעפעינט?

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:46 pm
דורך מילכיגער
יוראפ האט געשריבן:און דא אויפן וועלטל איז אויך אלעס אנגעפעינט?


ניין

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 12:53 am
דורך למעלה משבעים
בפשטות אויב האבן זיי געלייגט אייוועלט אויף דיין אקונט'ס ווייט-ליסט וועט עס נישט פארשמירן די בילדער דאהי. די בילדער וואס זענען געלינקט פון אנדערע סייט'ס אויב יענע סייט'ס זענען נישט אויפן ווייט-ליסט וועט עס ווי פארשטענדליך יא ווערן אנגעשמירט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:08 am
דורך תרגום יונתן
היימישער איד האט געשריבן:or remove the www

ווען מ'באשטעלט א סערטיפיקאט דארף מען מאכן זיכער צו בעטן סיי מיט די www און אויך אן. אויב נישט געשענט וואס ס'איז דא געשען.

אדער א וויילדקארד סערטיפיקאט

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 12:22 pm
דורך יוראפ
מילכיגער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:און דא אויפן וועלטל איז אויך אלעס אנגעפעינט?


ניין

יישכ"ח געוואלדיג

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:22 pm
דורך האלץ האקער
איך האב זשעי נעט לוינט זיך אריבער צי גיין צי משומר?
מיר קיקט אויס אז דעס איז פאר די קאמפיטער אין זשעי נעט איז אויף גאנצע אינטערנעט בכלל סבלאקט עס פארן גאנצן אפיס בין איך גערעכט?