מייקראסאפט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

מייקראסאפט נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(איז שוין דא אזא אשכול? כ'מיין אז ניין.)

מייקראסאפט האט געמאלדן אז זיי האבן שוין פארקויפט 600 מיליאן לייסענס פאר די "ווינדאס 7" אפערעטינג סיסטעם, פון די אינטרדאקשען אין אקטובער פון 09'.

"ווינדאס 7", ווערט היינט צוטאגס באנוצט ביי אזויפיל ווי 39 פראצענט פון אלע כלים וואס זענען קאנעקטעד צו די אינטערנעט אויף די גאנצע וועלט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

WOW!!!!
נישט פאר די 600 מיליאן לייסענסעס, נאר פאר דיינע באריכטן...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פארדינט האט געשריבן:WOW!!!!
נישט פאר די 600 מיליאן לייסענסעס, נאר פאר דיינע באריכטן...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

האלאו דו?! יא דו! איך רעד צו דיר! דיינע באריכטן זענען פרישער ווי שארף רויטע מעלאנע מיט א זאפטיגע שפראך און א קלארקייט אין אלע הינזיכטן!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן:האלאו דו?! יא דו! איך רעד צו דיר! דיינע באריכטן זענען פרישער ווי שארף רויטע מעלאנע מיט א זאפטיגע שפראך און א קלארקייט אין אלע הינזיכטן!

ווי? ווי אזוי? הערעך נישט? (אויסגעגאנגען די בעטערי!)

שארף רויטע מעלאנע? מממממממ!

נאך איין ווארט, אין מיט דעם בין איך מסיים,
ישר כח!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די מייקראסאפט סירטש ענדזשין "בינג", האט געמאלדען א שטארקע נייעס. זי וועט פון היינט ברענגען אין סירטש ריזאלטס אויך פון די אנליין ווערסיע פון "אינצייקלאפעדיע בריטאניקע", דאס איז די מערסט באוויסטע געשריבענע (נישט ווירטאל) אינצייקלאפעדיע, און דאס איז געווען די עיקר אינצייקלאפעדיע, ביז עס איז אויפגעוואקסען "וויקעפעדיע".

אגב "אינצייקלאפעדיע בריטאניקע" - וואס קומט שוין ארויס זייט יאר 1768!! - האט מען אין יאר 10' אויפגעהערט ארויסגעבן אין פרינט, ווייל עס האט פארלוירן איר יעדן טאגיגען ווערט, ווייל מען קען ניצן וויקעפעדיע, עס איז היינט צו טאג נאר דא אנליין, אבער למעשה איז בריטאניקע געשריבן דורך עקספערטען, אין עס איז מער טראסטבאר ווי וויקעפעדיע, ווי יעדער קען שרייבן אפי' זאכן וואס איז נישט ריכטיג, און אז עס ווערט פונקט נישט באמערקט דורך קיינען וואס מעקט עס אפ - וואס באמת געשענט עס כמעט קיינמאל נישט - , קען עס דארט פארבלייבן אלס א פאקט, און א ריכטיגער עקספערט וועט פראבירן צו ניצן ענדערשט בריטאניקע ווי וויקעפעדיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אויב איז דאס מער טראסטבאר, דאן פארוואס נוצן מער מענטשן וויקי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:אויב איז דאס מער טראסטבאר, דאן פארוואס נוצן מער מענטשן וויקי?

ערשטענס, עס איז מער אפ טו דעיט, יעדע רגע ממש, ווען א באוויסטע מענטש שטארבט נאך פאר זיין גאנצע פאמיליע ווייסט, און אפי' פאר ס'וועטר געמאלדן אויף "קול מעבבאסער" ( :wink: ) שטייט שוין אין וויקיפעדיע אז דער איז שוין נישט בנמצא.

צווייטענס, איז דא אין וויקעפעדיע מער ענינים ווי אין בריטאניקע, פשוט ווייל מער מענטשען שרייבן דארט.

דריטענס, איז וויקעפעדיע מער באריכות געווענדליך.

פערטענס, אין וויקעפעדיע קענסטו גיין צו א ווארט אינעם ארטיקל - וואס דו פארשטייסט נישט - און דערנאך צירוק קומען צו די ארטיקל וואס דו האסט געזיכט לכתחילה.

און נאך און נאך און נאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פערטענס, אין וויקעפעדיע קענסטו גיין צו א ווארט אינעם ארטיקל - וואס דו פארשטייסט נישט - און דערנאך צוריק קומען צו די ארטיקל וואס דו האסט געזיכט פון לכתחילה.

און נאך און נאך און נאך.

ביי אן ארטיקל פון "לכתחילה" דארף מען קיינמאל נישט אוועקגיין זיכן עפעס א ווארט וואס מ'פארשטייט נישט, אלעס אזוי קלאר שיין צולייגט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פערטענס, אין וויקעפעדיע קענסטו גיין צו א ווארט אינעם ארטיקל - וואס דו פארשטייסט נישט - און דערנאך צוריק קומען צו די ארטיקל וואס דו האסט געזיכט פון לכתחילה.

און נאך און נאך און נאך.

ביי אן ארטיקל פון "לכתחילה" דארף מען קיינמאל נישט אוועקגיין זיכן עפעס א ווארט וואס מ'פארשטייט נישט, אלעס אזוי קלאר שיין צולייגט.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אייניקל: גרענדפא, וואס איז דאס אן ענצילאפעדיע? זיידע: לויט איך דענק איז אן ענצילאפעדיע עפעס ענליך צו וויקעפעדיע נאר מיט אמת'דיגע פאקטן...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

און איר קלערט אודאי אז מייקראסאפט שלאפט און לאזט זיך טרעטן פון עפפל'ס
צוזאמקום? קיינמאל.

מייקראסאפט האט געלאזט וויסן אז מ'זאל זיין גרייט אויף קומענדיגע מאנטאג אין לאס אנדזשעלעס פאר א ריזן פרעס קאנפרענץ, ווער וואס וואו ווען? אלעס מאנטאג.

ניטאמאל ווילן זיי זאגן פונקטליך וואו אין לאס אנגעלעס דאס גייט זיין. מ'שעפקולירט אז מ'וועט אנאנסירן ווינדאוס אכט, און עפעס חדשות אין די בינג סערטשעלע. אבער באמת וואס ווייסט קיינער נישט.

לכתחילה, גיימיר זיך אריבער כאפן אהין?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן:און איר קלערט אודאי אז מייקראסאפט שלאפט און לאזט זיך טרעטן פון עפפל'ס

דיין קאר, אדער מיינס?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

^5
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

"סקייפ" (Skype) (וואס געהערט פאר מייקראסאפט), האט געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן פארקויפן "עדס" וואס די מענטשען וועלן זעהן ביים ניצן דעם אימזינסטיגען פראגראם צו מאכן "ווידיא" טעלעפאן קאלס, עס איז זייער "לימעטעד" למשל נישט ווידיא איז נישט ערלויבט אין די עד, אויך נישט קיין "אודיא" און נישט "עקספענדינג", נאר "שטילע" עדס וועלן זיין ערלויבט.

---------

עס ווערט באריכטעט אז מייקראסאפט גרייט זיך אפצוקויפן "יעממער" (Yammer), דאס איז אזוי ווי טוויטער, נאר פרייוואט, למשל אין א קאמפאני, אדער גרופע מענטען, עס ווערט טאקע גערופען א "ענטערפרייז" סאשעל נעטווערק (ביזנעס סאשעל נעטווערק).

די פרייז..... 1 ביליאן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן:און איר קלערט אודאי אז מייקראסאפט שלאפט און לאזט זיך טרעטן פון עפפל'ס
צוזאמקום? קיינמאל.

מייקראסאפט האט געלאזט וויסן אז מ'זאל זיין גרייט אויף קומענדיגע מאנטאג אין לאס אנדזשעלעס פאר א ריזן פרעס קאנפרענץ, ווער וואס וואו ווען? אלעס מאנטאג.

ניטאמאל ווילן זיי זאגן פונקטליך וואו אין לאס אנגעלעס דאס גייט זיין. מ'שעפקולירט אז מ'וועט אנאנסירן ווינדאוס אכט, און עפעס חדשות אין די בינג סערטשעלע. אבער באמת וואס ווייסט קיינער נישט.

לכתחילה, גיימיר זיך אריבער כאפן אהין?

שמועסט מען אז ביי די קאנפרענס גייט קומען די נייעס, אז מייקראסאפט - אין א דירעקטע מאוו קעגן עפל - קומט זי ארויס מיט א אייגענע טעבלעט, מיט ווינדאס 8 אפערעטינג סיסטעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

און בארנס און נאבל שרייט אז ס'האט גארנישט מיט זיי אזויווי מען האט געמיינט קודם.

וויפיל אזייגער הייבט זיך אהן דעם סורפרייז קאנפערענס - 'וואס קיינער קען נישט און וויל נישט פארפאסן'?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דארף איך יעצט צוריק דרייוון די גאנצע וועג אליין... וועל איך קיין סך נישט קענען אפדעיטן. אבער דא האט איר וויאזוי מיין חבר באשרייבט אלעס מיט הערליכע בילדער צו די זייט

http://t.co/z0vLtYud

צלחה
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

4:21:59 PM PDT
"This is the new Microsoft Surface."

ער קוקט אויס פיין, האט "אלע" עקסעסאריס אינטעגרעיטעד.

-----------
Pen input. Digital Ink. פיינע נייעס
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

Less than 2 lbs, less than 14mm — but it's a full PC
wow
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

7 reasons Microsoft's new tablet could worry Apple

משנה האקט,
קוק צו וויפיל ער האט עס געמאלטעד..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

pen keyboard mouse and touch anything and evreything
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך האלט שוין לאנג די סקונדע וואס ווינדוס טעבלעטס גייער ארויסקומען מיט די אינטל טשיפס וועט דאס איבערנעמען די פי סי מענטשען וועלען עס קענעקטען צו א דאקונג סטעישין אין ארבעט אין נאכדעם אהיים נעמען סוועט נישט זיין קיין שום סיבה צי האבען פי סיס אויסער פאר סעקיורטי ריזענס אפשר ווייל מען קען זיך א עצה געבען אויף אנדערע וועגען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי אפאר זאכן וועגן די נייע מייקראסאפט טעבלעט.

מ'ווייסט נאך נישט קיין פרייז, און מען שפעקעלירט, אז עס וועט זיין בערך ביי די פרייז פון די אנדערע פאפולערע טעבלעטס.

עס קומט אין צוויי ווערסיעס, ווינדאס 8, אדער "אר. טי." (RT) עטוואס וויניגער סאפיסטעקירט.

די אר. טי. וועט זיין עוועליבל גלייך ווען ס'קומט ארויס ווינדאס 8 פאר די אלגעמיינע פי. סי., און די וינדאס 8 טעבלעט וועט קומען 90 טאג שפעטער.

די אר. טי. וועט זיין אביסל גרינגער 672 גראם אדער ווי אונז פארשטיימער דאס 23.84 אנסעס (א פונט איז 16 אנסעס), די ווינדאס 8 וועט זיין עטוואס שווערער 903 גראם גראם אדער ווי אונז פארשטיימער דאס 31.85 אנסעס, אויך אינטער 2 פונט.

די אר. טי. וועט זיין אביסל דינער 9.3 מילימיטער אדער ווי אונז פארשטיימער דאס, 0.36 פון א אינטש (25.4 מילימיטער איז א אינטש), די ווינדאס 8 וועט זיין עטוואס דיקער 13.5 מילימיטער, אדער ווי אונז פארשטיימער דאס, 0.53 פון א אינטש (עטוואס מער ווי א האלבע אינטש).

די ווינדאס 8 ווערסיע וועט האבן מער סטארידזש 64 -128 גיג, צו די 32- 64 גיג פאר די אר. טי., די נניערע יו. עס. בי., און נאך אפאר קלייניקייטען.

-------

יעצט צו די פאן פארט.

עס וועט קומען אין 5 קאלירן, דאס איז אריינגעשניטן אדער אוועק געגנב'ט פון עפל, וואס האט זיך געראטעוועט פון אינטערגאנג, ביים ארויס געבן א "ספארטי" (sporty) קוימפיוטער, די "איי-מעק", רינדיג אין קאלערפול, און מייקראסאפט האט געהאלטן אז א קומפיוטער קומט "ערענסט", למעשה האט עפל דאן געכאפט די יוגענט, און זיי זענען נאך ביי איר ביז היינט.

אויך האבן זיי אינטערדוסט א דעקל פאר די טעבלעט, אבער עס קומט מיט א שטארקע מעלה, אויף די אינעווענדיגסטע זייט דעקל, איז דא א פולע קיבארד, מיט א "פעד" במקום מייז, - ווי אויף א לעפטאפ -!! און די קאנעקשאן פון די קיבארד\דעקל, איז מיט מאגנעט, וואס האט א שטארקע מעלה, אז עס ווערט אין א סקוונדע א געהערגע טעבלעט, און אין די נעקסטע סקונדע א "כמעט" לעפטאפ, און חוץ פון דעם אז עס דורט ממש א סקונדע ווייל עס איז מאגנעט, איז עס אויך פראקטיש, ווייל די מינדערסטע "הוק, קען ווערן ציבראכען, און מיט די צייט אויסגעריבן.

די גאנצע דעקל\קיבארד איז אינגאנצען 3 מילימיטער דיק"!!! די קיבארד שפירט ווען איר האלט די הענט, אדער קענט איר קויפן די עטוואס דיקערע פון 5 מילימיטער, און דאס האט שוין "באטטענס".

נאך דעם קימט עס מיט א פראקטישע סטענד, וואס איז א גרויסע חיסרון ביי אנדערע טעבלעטס, אז מ'קען עס נישט אויפשטעלען, און איבערהויפט אז עס האט די קיבארד, קען מען עס אויפשטעלען אין ניצן ווי א געהעריגע לעפטאפ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

קוקט אויס ווי פיינע נייעס.
יישר כח פאר דעם לינק געלעגער, ער האט זייער געשמאק אראפגעלייגט דעם גאנצן איווענט.

____
לכתחילה האקט:
שיינער באריכט פון דיר אויך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”