א פראבלעם מיט MSN - הילף ביטע!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

א פראבלעם מיט MSN - הילף ביטע!

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 6:31 pm

איך גלייב שווער אז איינער וועט מיר קענען העלפן. אבער אז חז"ל זאגן דאגה בלב איש ישיחנה, ווער בין איך נאכצוטראכטן?

איך האב עטליכע אי-מעיל אקאונטס. איינע פון זיי, ביי MSN. איך באקום דארט יעדן טאג לכה"פ צוואנציג מעסעדזשעס. אויפאיינמאל, פאריגע חודש, איז מיר ארויפגעקומען אז מיין אי.מעיל סערוויס איז אנעוועילעבל. איך האב געטראכט אפשר וועט דאס נעמען א טאג-צוויי, אפשר איז דזשעי-נעט דער פראבלעם כדרכם בקודש, איך האב געווארט עטליכע טעג, וואכן, פרובירט אנדערע קאמפיוטערס, אן דעם J נעץ, אבער אין קול ואין עונה. יעדן טאג ווערן מיר פארפאלן וויכטיגע הודעות, וואס עקספייערן באלד נאכן אנקומען.

איך האב געשריבן צו די MSN הנהלה א בריוו, און זיי געגעבן אן אנדער אי.מעיל אדרעס צוריקצושרייבן, אבער קוקט אויס אז זיי רוען אין דעם זעלבן פינסטערן עולם ווי זייער אי.מעיל מעסעדזשעס. יאך הער נישט פון זיי.

איך וויל פשוט וויסן, קודם כל אויב נאכאיינער האט דא א MSN אקאונט (אפשר אפילו א HOTMIL אקאונט איז פונקט אזוי גוט), זאל מיר לאזן וויסן אויב ער האט אויך דעם פראבלעם (צרת רבים), האב איך האפענונג אז דאס איז א MSN פראבלעם - צי נישט, אפשר איז בלויז מיין אקאונט איינגעשלאפן א שינה עולמית; און צווייטנס, צי איינער האט א עצה וואס נאך קען איך טון?

ייש"כ למפרע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 7:36 pm

המקום ימלא לך חסרונך.

ביי מיר ארבעט "האטמעיל" גאנץ פיין.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט