בלאט 24 פון 42

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:04 pm
דורך טייטל
קען איינער העלפן אדער געבן צו פארשטיין פארוואס דאס געשעהט?
ווייל אין מייקראסאפט עידזש עפענט זיך עס יא.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:49 am
דורך עין טובה
א שטיק צייט צוריק האב איך געבעטן פאר א מהלך צו אפשטעלן ווידיאוס פון אויטאמאטיש שפילן, און מ'האט פארגעצוגט אן עקסטענשען וואס העלפט ארויס דערמיט. יעצט קומט אריין די נייעס אז אין קראום 64 וואס וועט ערשיינען אנהייב 2018 וועט זיין א רייע פאליסיס פאר אוטא פלעי, וואס א קליין חלק וועט שוין אריינגיין אין 63.
אין א בלאג פאוסט איז גוגל מסביר די פונקטליכע טוישונגען.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:45 pm
דורך טראבל מעיקער
א נייע אפדעיט גייט אריינבויען א אנטי ווירוס אין גוגל קראום.
ס'גייט סקענען אלע פיילס אין פראגראמען א יעדע טאג....


#נישטמסכים

ERR_TOO_MANY_REDIRECTS

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 4:02 pm
דורך תלמוד תורה
וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דעם ערא"ר ERR_TOO_MANY_REDIRECTS

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:41 pm
דורך תורה לערנער

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:20 pm
דורך פומפדותא
איז דא וועג צו Share א offline קראום פעיזש?
לדוגמא איך דאונלאוד א בלאט פון אייוועלט דערנאך גייט די הנהלה און פארשפארט די אשכול יעצט וויל איך שיקן פאר מיין א חבר די בלאט. איז דא אזא אפציע?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:24 pm
דורך עין טובה
אויפן דעסקטאפ? ס'ווערט א פשוטע הטמל פעידזש וואס דו קענסט שיקן אין אימעיל

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:27 pm
דורך פומפדותא
אויף ענדראוד

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 4:34 pm
דורך עין טובה
ווייסעך נישט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2018 10:53 am
דורך יאנקל
ווייסט איינער די סיבה ווען איך עפען אויף א באקס לינק אויפן קאמפיוטער וועט זיך עס עפענען אזוי ווי אויף א פאון (אויבן שטייט M.BOX) עס איז נאר ביי קראום נישט ביי פייערפאקס ?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2018 6:55 pm
דורך קנאפער ידען
יאנקל האט געשריבן:ווייסט איינער די סיבה ווען איך עפען אויף א באקס לינק אויפן קאמפיוטער וועט זיך עס עפענען אזוי ווי אויף א פאון (אויבן שטייט M.BOX) עס איז נאר ביי קראום נישט ביי פייערפאקס ?

נאכן דריקן גאו טו פול סייט געשעט עס נעקסטע מאל ווידער?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:05 am
דורך יאנקל
קנאפער ידען האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:ווייסט איינער די סיבה ווען איך עפען אויף א באקס לינק אויפן קאמפיוטער וועט זיך עס עפענען אזוי ווי אויף א פאון (אויבן שטייט M.BOX) עס איז נאר ביי קראום נישט ביי פייערפאקס ?

נאכן דריקן גאו טו פול סייט געשעט עס נעקסטע מאל ווידער?


געשענט דאס

געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:46 pm
דורך פערדס מיניסטער
איך האלט אינמיטן דאונלאודן צוויי פיילס פון מער ווי 100 מב, און מיין אינטערנעט איז זייער נישט שנעל, און עס איז סטאק געבליבן ביי 0 בייטס פער סעקאנד, איך ווייס נישט וואס צו טון.
איך דארף הילף וואס שנעלער אויב מעגליך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:00 pm
דורך קנאפער ידען
פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן דאונלאודן צוויי פיילס פון מער ווי 100 מב, און מיין אינטערנעט איז זייער נישט שנעל, און עס איז סטאק געבליבן ביי 0 בייטס פער סעקאנד, איך ווייס נישט וואס צו טון.
איך דארף הילף וואס שנעלער אויב מעגליך.

נישטא וואס צו טון. קענסט טרייען צו מאכן pause און דאן ווייטער גיין אבער עס גייט מסתם נישט העלפן.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 10:28 am
דורך טייטל
די פיטשערס דא פון פארמעטינג ארבעט נישט ביי זשימעיל אין קראום?
ביי נאך איינעם?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 11:59 am
דורך קענדי'ס
איך האב לעצטענס אזא פראבלעם ווען איך פרינט פון CHROME א PDF ווערט אלע BOLD לעטטערס פאר איין גרויסע אות
ty.png
ty.png (257.59 KiB) געזען 4915 מאל

אסאך מאל איז עס ערגער ווי די PIC
איינער מיט עקספריענס פון אזא פראבלעם?

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 12:21 pm
דורך הודו להשם
וואס מיינט דאס? לעצטענס זיצט אזאנס אויפן קראום אייקאן אינעם טעסקבאר אגאנצן טאג.
987.JPG
987.JPG (8.41 KiB) געזען 4576 מאל

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 12:30 pm
דורך עין טובה
לכאורה איז דאס געפינט.
קענסט רייט קליקן דערויף און קליקן unpin from taskbar?

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 1:55 pm
דורך וועלטניק
ער מיינט די מוזיק אייקאן, דאס איז די אייקאן פונעם קראום באנוצער, קענסט דאס טוישן ביים קליקן אויבן אויפן יוזער נעים און דאן אויפן אייקאן

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 2:05 pm
דורך הודו להשם
אהה, אקעי, ס'קען בלייבן אזוי, ס'שטערט מיר נישט, כ'נאר געוואלט וויסן וויאזוי ס'איז אנגעקומען דא.
יישר כחכם פאר די ידיעה

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2018 7:32 pm
דורך יאנקל
עין טובה האט געשריבן:[font=Times New Roman]אפטמאל ווילן מענטשן צושפארן קראום אויף זייער דעסקטאפ, לאו דוקא די גאנצע קאמפיוטער, צו פאר די היסטארי אדער פאר די סעיווד פעסווארדס אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. איז וואס טוט מען?
מ'גייט איינמאל דורך די אלע סטעפס, צו אנשטעלן די אפציע, און פון היינט און ווייטער ברויכט איר אנשטאט דרוקן די X קנעפל צוצומאכן קראום, דרוקן דאס וואס שטייט אין שלב ט און אלעס וועט זיין מסודר!

אט האט איר:

א) מאכט זיכער אז איר זענט אריינגעסיינט אין קראום

בילד


ב) לייגט אריין אין די אדרעס באר דאס פאלגענד, און דרוקט ענטער

קאוד: וועל אויס אלע

chrome://flags/#enable-new-profile-management

ג) דרוקט enable אונטער New profile management system

בילד

ד) דרוק Relaunch Now אונטן די בלאט.

בילד


ה) דרוק דיין נאמען פון אויבן, נעבן די מינימייז קנעפל און דרוק אויף Manage people

בילד

ו) דרוק Add Person

בילד

ז) לייג צו דעם טשעקבאקס נעבן Supervise this person to control
ח) דרוק סעיוו

בילד

ט) גיי צוריק צו דיין פראפייל, און דרוק דיין נאמען, וועסטו זעהן אן אפציע Exit and childlock

Step9.png
[/font]

וואס טוט מען אז מען געדענקט נישט דעם פעסווארד ?

(איך האב נאך נישט געמאכט עקזיט ענד לאק, קען איך עס ערגעץ נאכקוקן ?
און טאמער מען האט שוין יא געמכט וואס איז די עצה ? )

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2018 10:35 pm
דורך פערדס מיניסטער
יאנקל האט געשריבן:וואס טוט מען אז מען געדענקט נישט דעם פעסווארד ?

(איך האב נאך נישט געמאכט עקזיט ענד לאק, קען איך עס ערגעץ נאכקוקן ?
און טאמער מען האט שוין יא געמכט וואס איז די עצה ? )


פעסווארדס וואס זענען געסעיווט אין קראום קען מען זעהן ביי די קראום סעטטינגס מיט די ווינדאוס פעסוווארד.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 11:13 am
דורך יאנקל
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס טוט מען אז מען געדענקט נישט דעם פעסווארד ?

(איך האב נאך נישט געמאכט עקזיט ענד לאק, קען איך עס ערגעץ נאכקוקן ?
און טאמער מען האט שוין יא געמכט וואס איז די עצה ? )


פעסווארדס וואס זענען געסעיווט אין קראום קען מען זעהן ביי די קראום סעטטינגס מיט די ווינדאוס פעסוווארד.

ווי אזוי זעט מען די יוזער פעסווארד ?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 12:09 pm
דורך פערדס מיניסטער
יאנקל האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס טוט מען אז מען געדענקט נישט דעם פעסווארד ?

(איך האב נאך נישט געמאכט עקזיט ענד לאק, קען איך עס ערגעץ נאכקוקן ?
און טאמער מען האט שוין יא געמכט וואס איז די עצה ? )


פעסווארדס וואס זענען געסעיווט אין קראום קען מען זעהן ביי די קראום סעטטינגס מיט די ווינדאוס פעסוווארד.

ווי אזוי זעט מען די יוזער פעסווארד ?[/quot

ווען מען לייגט אריין די פעסווארד די ערשטע מאל פרעגט די בראוזער צו מען וויל עס סעיוון און אויב מען סעיווט עס קען מען עס איבערקוקן אין די קראום סעטטינגס.
אויב האסטו עס נישט געסעיווט דארפסטו טרעפן א וועג וויאזוי עס צו ריקאווערן
(אפשר קנאפער וועט וויסן א וועג)

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2018 11:22 am
דורך קיקיון
Untitled.jpg
Untitled.jpg (62.58 KiB) געזען 4047 מאל

מיין spell check איז נעלם געווארען
וויפיל איך קוועטש געשעט גארנישט