בלאט 1 פון 2

איז דא אזא זאך ווי פרי אימעל - מיט אייגענע דאמעין?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 1:22 pm
דורך מיליאן
איך זיך וואו מען קען באקומען אן אימעל אדדרעס
פאר אימזיסט מיט א אייגענע דאמעין
ד.מ. [email protected]
נישט עס זאל זיך ענדיגן מיט גימעל א.ד.ג.

א דאנק

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 2:06 pm
דורך הערשי קניהויז
דא רעדט מען דערפון פאר ביליג

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 2:21 pm
דורך שוועמל
"גוגל איז יור פרענד".
עס קאסט נישטאמאל די צענער אויך נישט.
סיין אויף מיט די סטענדערט עדישאן.
http://www.google.com/apps/intl/en/busi ... =catch_all

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 2:28 pm
דורך מיליאן
א ישר כח
אפשר ווייסטו אויך ווי איך קען האבן א פרייע דאמעין נאמען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 2:32 pm
דורך שוועמל
אה גערעכט, נישט געכאפט אז דו האסט נאכנישט קיין דאמעין.
אויב אזוי וועסטו אדער קויפן ביי גוגל פאר צען דאלער, אדער ביי גאו דעדדי וכדומה.

אומזיסט? ווייסעך נישט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 31, 2010 9:23 pm
דורך CID
נא דא האט איר פאר זיבען טאלער א דאמען עס רעכענט אריין פרייוועט רעגעסטרעשאן :lol:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 8:32 am
דורך מעמבער
איך האב לעצטענס געקויפט א דאמעין ביי BlueHost פאר זעכציג דאללער,
די קאוסטמער סערוויס ביי זיי איז געוואלדיג, נישט קיין חוליק וועלעכע צייט און טאג דו קאלסט דארף מען קיינמאל ווארטען צו רעדן צו איינעם,
יעצט זעה איך אז עס זענען דא דא וואס זענען צופרידען מיט אנדערע קאמפעניס פאר פיל ביליגער, סא בין איך טאקע אזא משוגענער פארן ספענדען אזוי סך אדער זענען זיי טאקע בעסער?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 9:08 am
דורך CID
איך ווייס נישט פארוואס די דאפט קאסטימער סערוועס דא אין קרעשמע וועט מען דיר גערן העלפן
נאך דערצו וואס קאסטומער סערוויס קיקט אויף זייער טאש :roll:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2010 9:12 am
דורך שוועמל
60 איז גאר טייער פאר א בלויזער דאמעין, חוץ אויב קריגסטו מיט אסך אנדערע סערוויסעס וואס דו נוצט נישט ווייל דו ווייסט נישט דערפון.

טרענספער עס צו גאו דעדדי.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2010 11:22 am
דורך CID
שוועמל גרעכט
עס איז דא גנוג פלאץ פאר די גאנצע קרעטשמע
עס האט Unlimited פלאץ 2500 אימעל עדרעסן אגב דא איז ביליגער עס אויכט אינקלאד עס פרייוועט רעגסטרעשן (מען קען נישט זעהן פון WHOIS)

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 04, 2010 6:14 pm
דורך CID
איך האב געטראפן א פרי דאמען עס קומט נישט מיט אימעל עס איז נישט דאט קאם אבער עס איז אויכט נישט קיין סאב דאמען כדאי עס צו ניצן פאר א אימעל דארף מען זיך אויס קענען.

געשריבן: פרייטאג מארטש 05, 2010 9:08 am
דורך באנקיר
געטראפן?.. רוף עס אויס!..

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 1:18 pm
דורך CID
באנקיר האט געשריבן:געטראפן?.. רוף עס אויס!..


אקע
השבת אבדה
ווער עס האט עס פארלוירן זאל זיך מעלדן מיט סימאנעם

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:29 pm
דורך מצב כללי
איך וויל קויפן א דאמעין ווי קען איך דאס האבן פאר דאס ביליגסטע?

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:25 pm
דורך שוועמל

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:30 pm
דורך יוראפ
וואס איז די נפק"מ פון co .me .mobi .biz ודומיהן? ס'מאכט אסאך אויס?

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:46 pm
דורך אַבּערוואַס
יוראפ האט געשריבן:וואס איז די נפק"מ פון co .me .mobi .biz ודומיהן? ס'מאכט אסאך אויס?


ס'מאכט אויס נאר פאר די געוואוינהייט פון מענטשן, אבער עס איז א פעקטאר וואס ס'לוינט זיך צו נעמען אין באטראכט, שטעל דיך פאר אז דו דארפסט פאר יעדן אויסקעקעצן וויאזוי מ'ספעלט mobi, אדער אז די אימעיל איז .co נישט .com, און נאך אלע מעשיות עלען א טוץ מיט אימעיל'ס נישט אנקומען, כאפסט דעם שפיץ? (וואטש צושטעך דיך נישט).

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:50 pm
דורך יוראפ
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וואס איז די נפק"מ פון co .me .mobi .biz ודומיהן? ס'מאכט אסאך אויס?


ס'מאכט אויס נאר פאר די געוואוינהייט פון מענטשן, אבער עס איז א פעקטאר וואס ס'לוינט זיך צו נעמען אין באטראכט, שטעל דיך פאר אז דו דארפסט פאר יעדן אויסקעקעצן וויאזוי מ'ספעלט mobi, אדער אז די אימעיל איז .co נישט .com, און נאך אלע מעשיות עלען א טוץ מיט אימעיל'ס נישט אנקומען, כאפסט דעם שפיץ? (וואטש צושטעך דיך נישט).

יישכ"ח. דאס איז די גאנצע? נישט קיין פראבלעם אויף וואס כ'דארף עס, ס'איז נישט פאר קיין קריטישע ביזנעס

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 3:22 pm
דורך שוועמל
info. me. זענען סאך ביליגער מיין איך.

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 3:26 pm
דורך אַבּערוואַס
יוראפ האט געשריבן:יישכ"ח. דאס איז די גאנצע? נישט קיין פראבלעם אויף וואס כ'דארף עס, ס'איז נישט פאר קיין קריטישע ביזנעס


מער ווייניגער, הגם איך האב שוין געהאט א .co וואס האט זעך נישט געוואלט לאזן אויפסעטן געהעריג ביי געוויסע בענק וועבזייטלעך, לכאורה ווייל דער קלאץ האט נישט אנערקענט אז ס'איז א לעדזשיט אימעיל (וויילעראיז נישט צוגעוואוינט), און כ'האב געדארפן זיי זאלן עס מאכן דורכ'ן טעלעפאן, איז דאס נאר מיין אסאמפשען, איבריגענס יעצט קומען ארויס אסאך אזעלכע נייע, סאו ס'וועט מן הסתם נאר ווערן בעסער.

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 4:42 pm
דורך זאל ער קומען
האוסטגעיטאר האט אויך זייער גוטע האסטינג, און זייער קאסטומער סערוויס איז אויך זייער גוט, און זיי שטעלן צו טשעט סופארט 24/6 (שבת ווייס איך ניש, כאניש געטרייעט און איך גיי ניש טרייען).
hostgator.com

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 8:13 pm
דורך oko
קען איינער געבן צו פארשטיין ?
וואס טוהט מען - קודם זעה איך שוין מ'גייט אויף .godaddy.com/ און מ'האנדעלט זיך איין א דאמעין פאר אפאר דאלאר,
און ווייטער, איך דארף דאך נישט א דאמעין= איך דארף דאך א אימעיל... וואס איך קען געהעריג ניצן אזוי ווי GMAIL - אחוץ דעם וואס ענדיגט זיך נישט
לדוגמה
[email protected]
נאר
[email protected]

ווי אזוי מאכט מען דאס ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 8:44 pm
דורך קנאפער ידען
כדי צו נוצן דער דאמעין - זאל עס זיין פאר א וועבזייטל אדער פאר אימעיל - מוז עס קודם געהערן צו דיר און דערפאר מוזטו עס קויפן/רעגיסטרירן [ווען נישט קענסטו דאך יעצט מאכן א אימעיל אדרעס מיט וואלמארט'ס דאמעין וכדו'].

דערנאך אויב ווילסטו עס זאל זיין ממש ווי א דזשימעיל אקאונט [אז זאלסטו עס קענען נוצן מיטן דזשימעל עפפ און אריינסיינען דערמיט ביי דזשימעיל], ברויכסטו מאכן אן אקאונט ביי 'גוגל עפפס' [פאר מער דערוועגן זע אין דעם פאלגענדען אשכול: גאגעל אפס - מאכט אייך א פראפעשענל אויסזעהן פאר $10 א יאר!. אבער סתם א אימעיל אדרעס קענסטו מאכן ביי די פירמע וואו דו רעגיסטירסט דעם דאמעין פאר פרי [געהערט פון איינעם אז Domain.com איז זייער גוט].

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:03 pm
דורך מילכיגער
קען מען האבן א קורצע איבערבליק די חילוקים פון אוטלוק ווס זשימעיל? איך צאל יעצט פאר APPS בין איך נייגעריג צו איך זאל אויפהערן צו באצאלן און סוויטשן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:24 am
דורך משנה מקום
אוטלאוק האט מען ביז לעצטענס געהאט אפאר הונדרעט זיי האבען געטוישט צי פיפציג
אויך האט מען געקענט בעטען מער אויב מען האט געוואלט זיי האבען עס מבטל געווען ווייל זיי ווילען אז מען זאל נוצען office 365