דיאגנאזירן א קאמפיוטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

דיאגנאזירן א קאמפיוטער

תגובהדורך טייפיסט » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 9:09 pm

איז דא א וועג וויאזוי צו כאפן א קאמפיוטערס פראבלעם???

איך האב א נייע קאמפיוטער, ווינדאוס 7, און עס מאכט מיר פראבלעמען. עס פרירט היבש אפט וכדומ'.
די חורבן איז נאר, אז עס האט נישט קיין סיבה וואס עס איז גורם דערצו וואס איך קען זעהן, ווי צב"ש אז ווען איך נוץ יענע ספעציפישע פראגרעם, פרירט עס, נאר אן קיין חשבון מפעם לפעם, פרירט עס.
איך האב שוין געמאכט א דייעגנאסטיקס טעסט, און די רעזולטאטן דערפון איז געווען, אז אלעס איז הונדערט פראצענט בסדר מיט די הארדוועיר.

מיין שאלה איז, איז דא א פראגרעם וואס קען מיר זאגן וואס עס איז די גורם אז די קאמפיוטער, זאל זיך אויפפירן מיט די יעצטיגע התנהגות ???

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מוצ"ש דעצמבער 12, 2009 10:36 pm

האסט עס געסקענט מיט א אנטי וויירוס?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » זונטאג דעצמבער 13, 2009 5:57 am

יא !
שוין געסקענט מיט אנטי וויירוס, און ער איז ארויסגעקומען ריין כתינוק שנולד.

לכאורה איז דא עפעס א פראגרעם אדער דרייווער, וואס איז די גורם דערצו, איך קען אבער נישט כאפן וואו די הינט ליגט באגראבן

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » זונטאג דעצמבער 13, 2009 6:40 am

did you check your ram?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » זונטאג דעצמבער 13, 2009 6:20 pm

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט טשעקן די רעם, אויב צו די הארדוועיר איז בסדר, אדער צו איך האב גענוג.
אויף שאלה איינס, האב איך דאך שוין געמאכט א דייעגנאסטיקס טעסט און עס איז בסדר, און אויף שאלה נומער 2, איך האב דריי גיג רעם.


אזוי זוכנדיג, האב איך געזען אז עס איז דא פראבלעמען מיט ווינדאוס 7 מיט די סידי פלעיער, ווייסט איינער מער דערוועגן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 13, 2009 10:31 pm

איך גלייב אז דו האסט שוין געמאכט א סיסטעם ריסטאר, איז וואר?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 6:05 am

נישט וואר.
א סיסטעם ריסטאר שטעלט צוריק די קאמפיוטער צו א פריערדיגע דאטום.

די קאמפיוטער וואס איז פראבלעמאטיש איז ברענד ניו, איך טו ווידערהאלן מיין שאלה,
וויאזוי קען מען אנצייגן וואס עס איז די גורם אז א קאמפיוטער זאל פרירן כסדר ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 10:08 am

פרובירן א סיסטעם ריסטאר קען נישט שאטן, אם לא יועיל לא יזיק.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 2:00 pm

אויב איז עס א ברענד ניו קאמפיוטער, ריאינסטאל ווינדאויס.
(אגב. האסט אריבערגעברענגט פיילס פון א אנדערע קאמפיוטער?)

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:08 pm

מען האט שוין ריאינסטאלט ווינדאוס. געמאכט א קלין אינסטאלעישן

אבער ווען איך האב צוריק געברענגט מיינע פיילס און פראגרעמס איז עס ווידער געשען, איך קען נישט דורך גיין יעדע פראגרעם עקסטער, און ווארטן אפאר טעג צווישן אינסטאלירן יעדע פראגרעם און אזוי זען וואס די גורם איז.
דערפאר זיך איך עפעס וואס זאל מיר זאגן וואס די פראבלעם איז.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 4:03 pm

בס"ד

ביי וועלכע פראגראם פרירט עס?

אפשר שטימט נישט יענע פראגראם מיט ווינדאוס זיבן, אדער מיט 64 ביט, אויב דו האסט די דאזיגע ווערסיע.

געב מער פרטים וועט מען קענען וויסן וואס עס גייט פאר דארט.

*

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 11:06 am

אלע אלטע פיילס זענען אויך געסקענט מיט א גוטע וויירוס סקענער?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 3:20 pm

יישר כח פאר אלע גוטע פריינד וואס פרובירן צו העלפן.

אלעס איז געסקענט מיט א וויירוס סקענער.

עס איז א 32 ביט קאמפיוטער.
עס פרירט כסדר, עס האט נישט צו טון וועלכע פראגרעם איך נוץ, עס האט שוין אמאל געפרוירן אינמיטן די נאכט ווען איך האב עפעס געוואלט דאונלאודן, און אינדערפרי האב איך געזען אז ערגעץ אינמיטן נאכט האט עס געפרירט.

ווען עס פרירט ווען כסדר ביי א געוויסע פראגרעם החרשתי, אבער דא ווייס איך נישט וועלכע פראגרעם איז די גורם דערצו.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט