בלאט 1 פון 1

א זיפ פייל וואס זאל האבן אן עגרימענט

געשריבן: זונטאג אוקטובער 25, 2009 11:36 am
דורך ארטיסטראפאל
כידוע אז ביי די אלע פראגרעמס וואס מען קויפט האבן זיי אינסטאלירט אזא זאך אז ווען מען אינסטאלירט דעם פראגרעם זאל דיר עס פרעגן צו דו ביסט מסכים צו זייער עגרימענט אדער נישט, און איינמאל דו דרוקסט אז דו אקצעפטירסט דאס האסטו לעגאל אונטערגעשריבן דעם "שטר".

וויל איך וויסן צו עס איז דא אזא זאך אז איך געב פאר איינעם פיילס אין א זיפ פייל, אבער איך וויל דאך אז ער זאל זיין געבינדן צו דאס און צו יענס, לייג איך אריין מיין דרשה דארט און ער זאל דרוקן accept און נאר דעמאטלץ זאל זיך עס עפענען. איז דא אזא פראגרעם?

יישר כח פאר סיי וועלכע הילף.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 25, 2009 12:49 pm
דורך שוועמל
דאס איז א קאנטראל געשריבן מיט די לעגוויטש וויאזוי דער פראגראם איז געשריבן געווארן. און עס האט נישט דוקא צוטון מיט זיפ פאלדער צי רעגולער פאלדער, אלעס קען מען זיפן.

איך גלייב נישט אז מען קען צולייגן אזא פראמפט ביי סתם פאלדערס אן VB אדער C# וכדומה, און מעגליך מען ברויך עס קאמפיילן עס זאל ווערן א פראגראם.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 1:34 pm
דורך ארטיסטראפאל
יישר כח, ווער ספעציעליזירט זיך אין דעם? איך וויל עס מאכן אז מען זאל עס נאר קענען עפענען ווען מען עגריט, סיי פאר פיסי און סיי פאר מעק.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 30, 2009 3:44 pm
דורך פאטאקי08
איך ניץ ווין זיפ סעלף עקסטרעקטאר פאר דעם

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 30, 2009 4:01 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 8:29 pm
דורך DONE
פאטאקי08 האט געשריבן:איך ניץ ווין זיפ סעלף עקסטרעקטאר פאר דעם

אבער מען קען עס extracten מיט יעדער zip extractor
אן acceptance of the agreement