עיטש פי פרונטער פראבלעם

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

עיטש פי פרונטער פראבלעם

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יולי 09, 2009 9:40 am

שוין יארן וואס איך נוץ א עיטש פי P3005X פרונטער צו פרונטען אויף גלאסי 4 קאלאר פעפער, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם.

לעצטענס האטצעך מיר געמאכט פראבלעמען מיט'ן פרונטער און איך האב געדארפט טוישן א פיוזער (איך ווייס נישט וואסע מיינט, איך זאג נאך דעם טעקנישאן) זייט דעמאלט מאכט ער מיר גרויס צרות ווען איך פרונט גלאסי Glossy פעפער, די פעפער ווער אויף געבאבעלט.

איך האב שוין ריסעט די פעקטארי סעטינגס, איך האב שוין געטוישט די טעמפרעטאר סעטינגס, אבער ווי צו די וואנט גערעדט.

נאך מער אינטערסאנט; אז נישט ביי אלע פערפער מאכט ער דעי קונצען.

ווער איז דער פראבלעם? דער פרונטער? אדער די פעפער?

ווער קען מיר ביטע העלפן? :-( :-( :-(
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג יולי 09, 2009 10:10 am

און דער טעקנישאן זאגט?
קאמענטארן זענען איבריג

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:13 am

דער טעקנישאן זאגט אז איך זאל טשעקן צו די פעפער איז רעקאמענדעד ביי עיטש פי, נו גיי ווייס, נעם דיך זוכן א נאדל און א בארג שטרוי.

עס איז אזא אפציעלע תירוץ מיט וואס ער דרייעט זיך ארויס, ווייל ממה נפשך, וואס איז יעצט געזעהן אז עס האט אנגעהויבן צו מאכן די פראבלעמען, איך נוץ שוין דעם פרונטער א שיינע פאר יאר, קיינמאל נישט געוויסט פון קיין צרות...
תכלית הידוע שלא נדע

בונם דער טרעגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:31 pm

תגובהדורך בונם דער טרעגער » זונטאג יולי 12, 2009 1:35 am

עס איז ריכטיג קוקטס און אייער פרינטער ביכעל - פאר די רעקאמאנדירטע פאפיר - איך האב געהאט א ענליכע פראבלעם מיט אנדערע מאדעל מיט ענליכע סארט פאפיר - איך האב גערופען HP -זיי האבען געזאגט אז איך זאל ניצען אנדערע סארט פאפיר - און עס האט געהאלפען


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט