דעלל עקסטשענש סירוועס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

דעלל עקסטשענש סירוועס

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 11:31 am

איך האב געקויפט א לעפטאפ ביי דעל אליינס, למעשה ארבעט נישט א קלייניקייט, האבן זיי מיר געשיקט א נייע, יעצט דארף איך צוריק שיקן די אלטע
איז די שאלה צו עמיציר האט עקספירינס מיט דעם וואס מען מוז צוריק שיקן און וואס נישט.

די סידי'ס מיט די צעטלעך האלט איך זיכער, די שאלה איז נאר אויף די ווייער און די בעטערי.

ווער ס'ווייסט זאל זיך ביטע אנרופן.

יישר כח

נ.ב. די וואס זענען באזארגט וועגן גניבה, קודם וועגן די סידי'ס האב איך זיי געקאלט און דער רעפ האט מיר געזאגט "דעי סידי'ס איז יור'ס" (די סידי'ס זענען דיינ'ס) נאכדעם איז זי געגאנגן זיכער מאכן, און צוריקגעקומען מיט די זעלבע תשובה.

אבער אפי' פאר די אנדערע זאכן זאגט מיין דעת בעה"ב אז איך שיק צוריק וואס איך וויל און אויב זיי דארפן צוריק די איבריגע זאלן זיי דאס שיין בעטן, אדער מיך טשארטשן, און אויב טוען זיי דאס נישט, בין איך נישט שולדיג. כנלע"ד נכון.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 12:20 pm

דעלל איז היינט דערווייל אזוי ווי דזשי אי איז אמאל געווען מען קען אויסניצן זייער סערוויס ביזן מאקסימום

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 10:01 pm

אה פעדעקס האט שוין אפגענומען דאס קאמפיוטער אינמיטן טאג, למעשה האב איך צוריק געשיקט די לעפטאפ מיט די באטערי.

די ווייער און די סידי'ס זענען דא געבליבן.

אויב וועלן זיי מאכן צימעס פון די ווייער וועליך עס בל"נ דא מעלדן...


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט