אדאבי פי די עף רידער פראבלעם

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

books
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:42 pm

אדאבי פי די עף רידער פראבלעם

תגובהדורך books » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 2:00 pm

איך ווייס נישט פונקטליך וואו צו שטעלן מיין פראבלעם, אויב איז שוין דא אן אשכול דערוועגן קען מען דאס צוזאמענשטעלן.

זייענדיג א באנוצער בעיקר אין דעם 'פליטות בית סופריהם' פארום, האב איך אייער-נעכטן ארויף געשטעלט מיין פראבלעם מיט דעם "היברו-בוקס" וועב זייטל דארט אין יענעם פורום. מיין בקשה האט דארט נישט געצויגן קיין אנטווארט, און איך שטיי נאך אלץ אן אומגעהאלפענער. (איין מעמבער דארט, ו-SCY שמו, האט זיך יא ווארים אנגערופן. תשוח"ח לו).

למעשה האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט אין היידפארק צום פארום פון 'ספרים וסופרים', אינעם אשכול וואו מ'רעדט איבער דעם וועב זייטל היברו-בוקס, און צו מיין גרויס וואונדער מערק איך ווי נאך איינער באקלאגט זיך דארט איבערן זעלבן פראבלעם. דער שואל דארט האט געקריגן א תשובה פון א מיטגלידער וועלכע ליינט זיך כזה:

בעיקרון כל קובץ פידיאף אמור להיפתח לך בתוך הדפדפן ואתה יכול לדפדף בו. אם נפתח לך הקובץ כל פעם ביישום חיצוני הבעיה היא או בהגדרות הדפדפן שלך או הגיוני יותר בכך שיש לך אדובי רידר (המכונה בלשון העם אקרובט) גירסה 8 או 9, שבהם התוסף של הדפדפן פגום. בעיקרון אתה צריך לשלב בין גירסה 7 לגירסה שלך, ההסבר איך לסדר את זה הוא קצת ארוך ומסובך ותפנה אלי באישי, אשתדל לענות לכשאוכל.


אין אידיש גערעדט: אויב באניצט מען זיך Adobe Reader Ve. 8 אדער 9, דאן מאכט דער פתח-בדפדפן אפציע אויפן וועב-זייטל פראבלעמען. יענער דארט פארענדיגט, אז די וואס באניצן זיך מיט'ן 8 ווערזשן דארפן עפעס צוזאמשטעלן דעם פונקציאנירנדן ווערזשן צום ווערזשן 7. ע"כ ההעתקה.

מה זה? וואס און וויאזוי מאכט מען דאס?

books
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:42 pm

תגובהדורך books » דינסטאג מארטש 24, 2009 1:55 pm

NO HELP? :cry:

די מעשה האלט איצט אזוי: איך האב רימאווד אלע אלטע אדאוב פראגרעמס, און אצינד לאזט ער מיך נישט דאונלאודן גארנישט גארנישט פון די אדאוב וועב סייט, ניטאמאל דעם אדואב דאונלאוד מענעדזשער. ווען עס הייבט זיך אן דאונלאודן, קומט מיר באלד ארויף דעם טרויעריג בארימטן מעסעדזש: internet explorer encountert a problem און פארשטייט זיך איך דארף קלאוסן דעם בראוזער און איך בלייב מיטן צינג אינדרויסן. העלפט מיר ביטע ארויס ויישר כח למפרע.

איך נוץ ie7, ווינדאוס עקס פי. ביטע העלפט מיר, איך קען נישט עפענען און נישט דאונלאודן קיין שום ספר פון היברו בוקס. עזור עזור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:29 pm

איך האב היינט א פראבלעם, אבער דאס איז פילליכט עפעס אנדערש ווייל איך קריג א ERROR מעסעזש, איך בין עס דערווייל תולה בחסרון האתר ולא בחסרוני, ימים ידברו.

books
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:42 pm

תגובהדורך books » מאנטאג מאי 04, 2009 1:49 pm

אזוי ווי היינט האט זיך מיר געמאכט א פרישער פראבלעם מיט די אפשן פון פתח-בדפדפן ביי היברו בוקס, וועל איך פרובירן פריש צו אפעלירן נאך הילף.
די לעצטע צוויי טאג ביים דרוקן פתח-בדפדפן, קומט מיר ארויף דאס בלעטל מיט א מעסעדזש: No Referrer Found, Redirecting… און עס פירט מיך באלד צוריק צום האום פעידזש פון היברו בוקס.

איך האב שוין פרובירט סיי דורך IE, סיי דורך פייערפוקס און סיי דורך גוגל כראם, און ביי אלע שטויס איך זיך אן מיטן פראבלעם.

איך נויטיג זיך אין הילף, ביטע מיר העלפן.

(אגב, ביים ניצן IE האב איך פראבלעם מיטן וויו'ען דעם שער בלאט ביי די אינדעקס ליסט, אזאך וואס ביי פייערפוקס און אנדערע ארבעט דאס פיין – וואס קען זיין דער פראבלעם דא?).

אוועטאר
פארוואס?
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 19, 2009 4:52 pm

תגובהדורך פארוואס? » זונטאג מארטש 07, 2010 7:39 pm

איך קען האב אזא פראבלעם איך קען נישט עפענען אדובי ADOBE פיילס וואס די פייל נעים איז אויף יודיש
איך האב ווירזשין 7.0.8
קען מיך איינער העלפן שכוח.
:smile:
אלעס וואס מ'מעג וויסן, וויל איך וויסן.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מארטש 23, 2010 3:34 pm

פרוביר מיט פאקס איט
http://www.foxitsoftware.com/pdf/reader
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט