א גוט מארגן טייערע ידידים.
ווי שוין ערווענט פארגאנגאנע וואך דא אין היימישע קרעטמשע אין דעם זכור ימות עולם דעפ. איז געווען די יארצייט פון ר' מענדל בייליס ע"ה, און ר'עולם האט
ארומגעשמועסט ארום אים, איז דארטן געווען א לינק צו א בוך וואס ר' מענדל האט אליין געשריבן איבער זיין ביאגראפיע, דער בוך האט געשיינט צו זיין גאנץ אינטערסאנט פאר מיר, און איך האב עס געוואלט איבערליינען מיט א רואיגן געמיט און ווי אויך אפשר גאר אוועקלייגן אויף תשעה באב נאכמיטאג, האב איך דאונלאודעד דעם ביכל וועלכער איז אריינגעסקענט אלס א פידיעף, און עס ליגט אין די ארכיוון גרייט ארויסצונעמען לכל עת מצוא.
למעשה האב איך פאר אינטערסאנטקייט געמאכט א או סי אר אויף דעם בוך מיט מיין באליבטע ABBYY פראגראם, וועלכער האט אים געעפנט און געליינט און געקאפיט אויף א ווארד דאקומענט כמנהגו הטוב (און טאקע מיט אביסעלע מיסטעיקס, אבער לעזבאר).
אבער דא קומט די פאנטש ליין: דער בוך האט ווי רוב ביכער א מפתח אין אנפאנג, און אין דעם מפתח איז אנגעצייכנט יעדן קאפיטל אויף וועלכן דף עס געפינט זיך, און דער פראגראם האט אים געקאפיט אלס א געהעריגע 'ווארד אינדעקס', און ווען מען געט א קאנטראל+קליק אינעם מפתח אויף דעם נאמען פון א קאפיטל מישט ער זיך גראד אויף צו דעם באטרעפנדן ארטיקל במלא הדרו, און ווי אויך קען מען טוישן פעידזשעס און אפדעיטן דעם פיעלד מיט א קוועטש אויפן קנעפל.
א אינטערסאנטער מעשה, מחברים וועלן שוין מוזן נעמען אגרעסיווע שריט מען זאל נישט קענען סקענען זייערע ווערק, הלמאי, אפילו די מפתחות ווערן שוין געקאפיט כמו שהם...