בלאט 1 פון 1

usb port אויף לעפ טאפ נעמט זייער לאנג אויפצוכאפן

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 9:00 pm
דורך פארצייטישע
איך האב געקויפט א hp pavillion dv6000 איך האב גאנץ הנאה דערפון

אבער איין גרויסע פראבלעם האב איך, און אפשר קען מיך איינער העלפן דערמיט

ווען איך לייג אריין עפעס אין די usb port סיי א פלעש דרייוו און סיי מיין פרינטער

נעמט עס זייער לאנג ס'זאל עס אויפכאפן

חוץ גלייך ווען איך ריסטארט די קאמפיוטער דעמאלטס ווען איך לייג אריין די usb קומט עס גלייך ארויף, אבער סתם אזוי קען די usb וכדו' ליגן פאר בערך א האלבע שעה, און "אין קול ואין עונה" און פלוצלונג נאך א האלבער שעה בערך, "ויבא" די קאמפיוטער האט אויפגעכאפט אז מ'האט עפעס אריינגעשטעקט אין די usb port

ביטע איך וואלט שטארק מכיר טובה געווען אויב איינער קען מיך העלפן דערמיט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 9:47 pm
דורך פאטאקי08
וואס געשעהט ווען די גייסט צי קאנטראל פאנעל
עדד הארדווער?