אינפארמאציע איבער קאמפיוטער מאניטערס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

אינפארמאציע איבער קאמפיוטער מאניטערס

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג ינואר 04, 2009 4:49 pm

שלום וברכה חברים און ידידים!

אזוי ווי אין די לעצטערע תקופה האט מיר געכאפט א שטיקל חשק צו קויפן א נייע "מאניטער" (סקרין) פאר מיין קאמפיוטער, דען דער סקרין וואס איך האב באקומען פון "דעל" ביים קויפן דעם קאמפיוטער געפעלט מיר נישט, ס'גיבט ארויס פאלשע קאלירן, ס'איז צו קליין א.א.וו.
דערפאר ווענד איך זיך צו אייך ווער עס קען מיר העלפן מיט אינפארמאציע סיי וואס פאר א סארט סקרין איז גוט און קלאר, גיבט ארויס ארגינעלע קאלירן, וועלכע קאמפאניס זענען גוט, וואס זענען די פרייזן וואס איך דארף זיך רישן זיך צו באגעגענען ביים זיכן א גוטן סקרין.
(איך באשעפטיג זיך מיט גראפיק, וואס דאס ברענגט מיר משקיע צו זיין איינמאל פאר אלעמאל אין א גוטע, קלארע, גרויסער, באקוועמע סקרין.)
מיט די ארימע אינפארמאציע וואס איך האב גענאשט ביז היינט האב איך געהערט איבער א באגריף פון "אולטראשארפ" סקרינס,"קריסטאל" סקרינס, וכדו'.
ווער קען מיר ענדשיידן די אלע קאמפלעצירטע באגריפן און מיר אביסל ארויסהעלפן אין די טעמע?
א דאנק
תורה איז די בעסטע סחורה.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג ינואר 05, 2009 5:58 pm

נו, קיינער איז זיך נישט מרחם אויף מיר היינט?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 10:52 am

פונקט יעצט זוך איך אויך א גרויסע 24 אדער 26 אינטש סקרין היי רעזעלאשן, איך וואלט אויך הנאה געהאט אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט אן עצה
יישר כוח

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג ינואר 06, 2009 11:31 am

איך האב געגוגלט פאר 'היי רעסעלאשען מאניטערס' און דאס איז ארויך געקומען, (קענסט דורט קוקען אויף די ריוועיוס
http://www.nextag.com/high-resolution-m ... earch-html
און פאר רעגילע מאניטערס
http://www.nextag.com/Computer-monitor/search-html

אויב ביסטו אינטערסיט אין די 'טאטש סקרין' פאר די נייע 'ווינדאוס 7 ' וואס גייט ארויסקומען האסטו דא נאך א לינק
http://www.nextag.com/computer-touch-sc ... mpare-html
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מיטוואך ינואר 07, 2009 10:38 am

חני
קודם כל א גרויסן און שיינעם דאנק פאר דיין הילף און צייט, אונז ארויסצוהעלפן, תושואות חן חן לך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין אנדערע.
איך האף אבער עס וועט דיר נישט פארדריסן אויב כ'וויל דיר זאגן, אז דער פאטענט פון גוג'לען ווייס איך אויך, און געוויס האבן איך זיי שוין געמוטשעט, איידער איך האב אנגעפרעגט אין קרעטשמע.
וואס איך וויל וויסן איז "וואס איז אן היי-רעזעלושאן מאניטער"? וואס איז דאס בעסער פון אנדערע? א.א.וו.
דער זעלבער זאך זאל מיר איינער געבן הסבר וואס דאס איז א "אולטראשארפ" מאניטאר וואס פיל אירע האבן מיר געזאגט, און די אלע אנדערע שמות נרדפים.
נאך וואס איך וועל באשליסן וואס פאר א סארט מאניטער איך זוך, וועל איך אריבערגיין צו פאזע עס אויפצוזוכן א.א.וו.
א גרויסן דאנק נאכאמאל.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:46 pm

מיסטער ביזנעסמאן!
פון ערפארונג זענען דער קאמפעניס די בעסטע אויפן מארקעט.
ה' יצליח דרכך!

http://www.nec-display-solutions.com
http://www.samsung.com
http://www.fujitsu-siemens.com

ואל יחר באפך אז אלס ביזנעסמאן דארפסט דו פארשטיין אז אלע אויפשריפטן ווי קריסטעל קליר אדער אולטרעקאלאר זענען א טייל פון די פורמע'ס מארקעטונג!

איך דערמאן זיך יעצא אין א מילתא דבדחותא וואס איך האב געהערט פארטאגס פארן שיעור אין מקוה, מען האט דורכגעשמועסט די מהפכה אויפן וועלט "0% טרענספעט", רופט זין אן מיינס א חבר אז ער איז געווען אין סופערמארקעט און געזעהן ווי א חברה פון" יפת תוארניקעס" (ברייט ווי א פאס און הויעך ווי א טויער)שפאצירן צווישן די פאליצעס און רעדן צווישן זיך וועגן די נושא פון דייעט! "מען מיז אסאך טרינקען!" רופט זיך אן די ערשטע, יא יא, שטימען אלע צו און וילך מען גייט צום אפטיילונג פון טרינקען, פלוצלונג באמערקט איינער וואו אויף איינער פון די פלעשער וואסער שטייט מיט קידוש לבנה אותיות 0% טרענספעט! אה אה! רופט ער זיך אן דאס איז די בעסטע פאר א דייעט! - גיי זיי איהם מסביר אז עס באשטייט אפילו נישט אז מען זאל לייגן טרענספעט און וואסער,אבער! מארקעטינג.

די עיקר, געדענקט ר' איד! ווערט נישט מיד!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג ינואר 11, 2009 2:09 pm

דעל'ס אולטראשארפ סקרין מיינט אז עס האט א DVI output, דהיינו, עס איז דיגיטעל, נישט אנאלאג אזוי ווי די וואס זיי שיקן געווענליך מיט א דעסקטאפ פאר אומזיסט.

די נושא פון מאניטער'ס איז גאר פארשידענארטיג, אגעהויבן מיט די קאליברעישאן, און דאן די שאלה פון LCD קעגן CRT. אוודאי ווערט עס ברייט ארומגערעדט אויף מערערע פארומס ווי עס זענען דא צדדים לכאן ולכאן.

קריסטעל מיינט מען פשוט אן LCD, וועלכע איז די ראשי תיבות ל'יקוועד ק'ריסטאל ד'יספלעי.

פארשטייט זיך אז צו דעם קען מען אויך נוצן די רעיטינג סייט'ס וועלכע זענען קלארער מסביר וואס איז וואס, און צו וואס עס נוצט, און טענה'ן אויך אז זיי ווייסן וועלכע עס זענען די בעסטע, און געווענליך פארשטייען זיי טאקע דערצו.

א פשוט'ע עצה וואלט געווען זיך פערזענליך נאכצופרעגן ביי אייערע קאלעגע גראפישע ארטיסטן וועלכע מאניטער'ס זיי נוצן, און אויב זיי זענען צופרידן.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » זונטאג ינואר 11, 2009 2:20 pm

ערעב איד
איך האב טאקע א בליק געטאן אין די אנגעגענבענע וועבזייטלעך, אבער וואס זאליכאייך זאגן... כ'בין נאך מער צומישן געווארן, ספעציעל אז איך ווייס נאך נישט 'וואס' איך זוך, ממילא בין איך נישט צופיל קלוגער געווארן זעענדיג נאך עטליכע הונדערט ערליי מאניטערס.
(אגב איז ווערד צו כאפן א בליק ביי די 'נעק' פירמע, זיי שטעלן דארט פאר עפעס א נייע סקרין וועלכע איז רינדכיג, עפעס א משונה'דיגע זאך, ווערד א ברכה צו מאכן 'משנה הבריות'...)

ר' יודל, איר האט מיר שוין יא אביסעלע געעפענט די אויגן, און אביסל קלארער געשטעלט די טעמע, דערפאר וויל איך אייך פרעגן וואס עס איז אייער מיינונג, וועלכע פון די סארטן סקרינס גיבן ארויס מער ארגינעלע קאלירן? די אלטראשארפ אדער קריסטאל?
איבער פרעגן קאלעגן; דער אמת איז אז יעדער באניצט זיך מיט עפעס אנדערשט און יעדער טענה'ט אז וואס זיי האבן אז גוט פאר זיי, ממילא איז עס א שווערע מסכתא, אין הכי נמי, מיר האבן דאהי אין קרעטשמע א שיין צאל אידן וועלכע זענען עוסק אין גראפיק, זאלן זיי ביטע זיך ביטע אנרופן.
אלנספאלס, א גרויסן דאנק פאר אייער צייט, כ'וועל אי"ה שפעטער אביסל איבערקוקן די לינקס וואס איר האט מיר אנגעגעבן דא.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 12:41 pm

איך זיך אויב איינער האט א אלטע/איבריגע מאניטער אוועק צוגעבן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט