לעיסער אדער אינק-זשעט פרינטער?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

לעיסער אדער אינק-זשעט פרינטער?

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:30 pm

וועלכע פון די צוויי איז בעסער? וואס זענען די מעלות איינס איבער דעם אנדערען?

און ווי קויפט מען דאס פאר ביליג?

איז א רעפורבישד שלעכט? און אויב איז עס "קאמפאני רעפורבישד" מיט א ווארענטי?



איך קלער פון א אלל אין וואן, אבער אויף די מינוט דארף איך בלויז א פרינטער און א סקענער.

ווי הייב איך אן?

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:32 pm

אך שמח די האסט וואקאציע היינט און די ביסט געגאנגען שאפינג, אפשר קען איך מיטקומען מיט דיר

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:38 pm

מען קען וועגן דעם אויך פארהאנדלען אבער ביטע דא שרייבן וועגן די אינפארמאציע וואס איך האב געבעטן ווייל איך וויל טאקע אריינכאפן אין טאג וואס איך וויל גיין שאפינג.

אויב ווילסטו מיט מיר מיטקומען, שיק מיר א פריוואטע הודעה :grin:

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:40 pm

100% אז לעיזער פרינט איז בעסער, ס'איז אסאך קלארער, און ס'נוצט זיך נישט אויס יעדן צווייטן טאג, די שאלה איז נאר וועלכע קאמפאני HP אדער בראדער. א אל אין וואן קען מען האבן פאר ארום 2 -3 הונדערט דולער (א גוטע).

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:57 pm

ווענד זיך פארוואס די ברויכסט עס, למשל אויב די ווילסט נאר פרינטן איין צעטיל אויפאמאל און די האלטסט נישט און אייןפרינטן וואלט איך געראן א אינק דזשעט יס איז ביליגער און שענער אבער דארפסטו אסאך םרינטן איז א וודאי נאר א לעיזער

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 3:07 pm

וואלוועלע האט געשריבן:ווענד זיך פארוואס די ברויכסט עס, למשל אויב די ווילסט נאר פרינטן איין צעטיל אויפאמאל און די האלטסט נישט און אייןפרינטן וואלט איך געראן א אינק דזשעט יס איז ביליגער און שענער אבער דארפסטו אסאך םרינטן איז א וודאי נאר א לעיזער

מיט דעם וואס דו זאגסט "ביליגער" ביסטו גערעכט, אבער "שענער"? ס'איז דאך א דבר ידוע אז לעיזער פרינט איז שענער!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:56 pm

איך האב געקלערט פון א לעיסער אבער דא האט מיר אן אלטער ידיד, נאך פונדערהיים (היידפארק בלע"ז כידוע ליודעים) מיר אריינגעווארפן א קלעצל אז איך זאל נאר גיין מיט א אינק-זשעט, כ'פארשטיי נישט פארוואס, און אפי' איך פרוביר אים צו רופן איז עס אן ערפאלג און עפעס איז ער מיר ווי אין וואסער אריינגעפאלן און איך דארף זיך קראצן ס'קאפ צו וויסן וואס ער האט געמיינט און צו וואס ער צילט מיטן מיר אפזאגן פונעם לעיסער וואס איז דווקא א שארפערע און קלארערע פרינטער.

איי, ווער איז ער און וואס דארף איך אזוי פאלגן וואס ער וויל מיר אנדרייען? נא, מוז זיין אז איר קאנט נישט מיין ידיד. ער איז א יחיד מומחה און א גאר קלוגער מאן, און זיינס א ווארט איז ביי מיר הייליג און טייער, (פארשטייט זיך אז עס מוז האבן א הסבר...) דעריבער טריי איך מיין מזל און לאמיר זען וואס וועט זיך דא אויסקאכן.

אנטשולדיגט איך האב אזוי מאריך געווען.

צום פונקט.

וואס איז די מעלות פון א לעיסער? פשוט אז עס איז קלארער און שארפער ווי די אינק זשעט, און צוליב דעם האב איך דאס אויסגעוועלט, אבער דאך וויל איך וויסן וואס האט דער אינק זשעט צו פארקויפן אז מען זאל זיך מיט אים בכלל רעכענען.

וואס מיינט אז אינק זשעט איז ביליגער? אז דער מאשין איז ביליגער אדער די אינק דערפון, אדער ביידע?

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 9:58 pm

איך האב אי א לעיזער און נישט איין לעיזער נאר ביי מיר און אפפיס איז דא איטליכע לעיזער פרינטער'ס, און ביי מיר און שטוב האב איך א אינק דזשעט און מיין מיינונג איז אז די אינק דזשעט פרינט שענער

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 10:46 pm

אינק דזשעט איז שענער ווען די האטס נישט א שיינע קאלאר לעיזער, איך האב א קאלאר לעיזער, און עס איז אסאך שענער פון די אינק דזשעט, חוץ אויב די פרינטסט אויף ספעישעל אינקדזשעט פעיפער, דעמאלטס קען עס זיין שענער.

אויב קויפסטו א אינקדזשעט איז וויכטיג אז די זאלסט וויסן, די עכטע געלט מאכן די קאמפאניס פון די טינט, זיי געבן דיר אוועק א פרינטער פאר חצי בחינם, אבער מאכן זייער געלט אויף די טינט. חוץ KODAK פארקויפט דעם פרינטער פארן ריכטיגן פרייז, און די טינט פאר ביליג.

אויב א לעיזער אלל אין וואן, דעמאלטס נאר HP אדער BROTHER אלע אנדערע האלטן נישט אזוי לאנג. איך פערסאנאל האלט אז HP איז בעסער, איך האב שוין א HP אלל אין וואן א שיינע שטיק צייט, און עס ארבעט זייער גוט ב"ה. אזוי האב איך אין אפיס א HP פרינטער וואס איז שוין אלט 6 יאר, עס ארבעט אמחי', אבער איינע פון מיינע באקאנט האט א BROTHER און שווערט זיך ביי דעם. אלע אנדערע האב איך געהערט זייער נישט גוטע רעזאלטס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 10:52 pm

מען האלט שוין ב"ה אויף א וועג.

לאמיר אפשרייבן בערך וואס איך זוך.

איך דארף א פרינטער, קאפיער און א סקענער.

איך דארף דווקא ב&וו (וואס איז לכאורה ביליגער) און נישט קיין קאלאר. (עס פעלט מיר נישט אויס).

און וואס זאגט איר צו רעפורבישד? מיט וואס איז אנדערש א קאמפאני רעפורבישד, ווען די קאמפאני אליינס האט דאס איבערגעקוקט און געט די זעלבע ווארענטי ווי א נייעם?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:12 am

איך זעה נישט פארוואס זאלסט נעמען ריפורבישד ווען דו קענסט היינט האבן בראנד ניי פאר שפאט ביליג.

אינק ריפילל ווס קארטריזש;
אויב פרינטסטו אסך, דאן נעם אליעזר. ווייל אינקזשעט נוצט זיך גאר שנעל אויס די טינט נאך א פופציג זעכציג פרינטס וועסטו שוין זען א שוואכקייט, און א פריש פלעשעלע קאסט קנאפע 20 טאלער (ווענדט זיך וועלכע באמת).
לעיזער ווידער וועט פרינטן געווענליך גאר אסך מיט איין קארטריזש (קאסט 50-60 טאלער), ארום 1500-2000. אבער די עצם פרינטער קאס אויך עטוואס מער.

אינקזשעט פרינטערס פרינטן שטייטער ארויס דעם פאפיר ווי א לעיזער. כאטש א לעזער נעמט עטליכע סעקונדען זיך אנציווארימען.
אינקזשעט פרינטס ווערן פארווישט אויב כאפסטו עס אן מיט נאסע הענט, משא"כ לעיזער.
רוב אינקזשעט פרינטערס קומען אויך מיט קאלאר, דאס הייסט אז וועסט דארפן כסדר ריפיללן צוויי אינקס, כאטש די קאלאר ווערט ווייניגער באנוצט געווענליך.

אלל אין וואן;
איך וואלט דיך געראטן צו נעמען א לעיזער אלל אין וואן, עס איז נאך עני טיים אזוי שיין ווי אינקזשעט פרינטס און ס'יז מער פראדוקטיוו, פארנעמט ווייניגער פלאץ ווי א באזונדערע פעקס, סקענער און פרינטער שטייצעך.
אויב האסטו פרעפערעצנן, למשל דיילן די נומערן אליינס, אדער נוצן קאללינג קארדס פאר אינטערנעשאנעל וכדומה, דארפסטו קלייבן א פעקס וואס איז נישט צו דיזשיטעלייזד וד"ל. (בראדער איז בעסער אין דעם).

ריפורבישד;
קאמפאני ריפורבישד איז טאקע וואויל און פיין. אבער מנסיוני גלייב איך נישט אז ע'סט דיר שפארן עפעס גרויסע געלטער, די גאנצע חילוק קען זיין פון בלויז 20-30 דאלער און אפשר דאס אויך נישט, ווען דער גאנצער פרינטער קאסט ארום 200 דאלאר.

מאדעלס;
HP האט עטליכע גוטע אינקזשעטס, פרוביר צו קאמפערן די מאדעלס, 6310, J6480, און לעיזערזשעט M1319f MFP .

BROTHER קענסטו פרובירן די מאדעלס, MFC-8460N, MFC-7420. אדער די אינקזשעט מאדעלס MFC-685CW, MFC-6490CW
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 9:54 am

עס קען זיין אז HP האט טאקע בעסערע פראדוקטן. אבער פאר די קויפסט וויל איך דיר לאזן וויסן אז זייערע קאטסומער סערוויס איז זייער שלעכט. אז די וועסט אמאל דארפן העלפ וועסטו דיך מוזן אויסקומען מיט איינער וואס קען נישט ציילן צוויי פלאס צוויי, און פארשטייט קוים ענגליש. אויב דו טראכסט אז דו וועסט אמאל דארפן צוקומען צו זיי אויפן טעלעפאן טראכט דאס איבער. (איך ווייס נישט צו בראדער איז בעסער. מיט HP האב איך זיך שוין נישט איינמאל זייער שטארק אפגעבריט.)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:34 am

מען מוז עס נישט קויפן ביי HP אדער ביי בראדער זעלבס, מען קען עס קויפן ביי סטעפל'ס פאר ס'זעלבע פרייז, פון האבן פון זיי א וואראנטי, און מיט זיי קען מען שוין יא דערן ווי צו א עכטע מענטש..

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:58 pm

סתם אזוי: איך דערמאן זיך טאקע ווען איך האב עטליכע יאר צוריק געארבעט מיט א HP פרינטער וואס איז געווען א גוטער מאדעל (אזוי צו זאגן) אבער ערגעץ ווי איז ארויסגעקראכן א פראבלעם און איך האב זיי אנגעקאלט און איך מיין אז איך האלט נאך אינמיטן רעדן מיט זיי...

א דאנק פאר די אינפא. ביז א קורצע צייט וועל איך אייך איינמעלדן מיט וואס כ'בין געבליבן.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:09 pm

זיידי. אויב דו דיליטס אמאל פאר א מיסטעיק זייער סופטוועיר, און דו האסט שוין נישט קיין סידי, דארפסטו צוקומען צו זיי.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:26 pm

אויב כהאב נישט קיין טעות, אויב מען דארף די סאפטווער פון א געוויסע פרינטער קען מען ארנציען פון אן ליין.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:35 pm

אבער דאס קאסט געלט. און מען דארף זיי קאלן בעטן עפעס א נאמבער. זיי וועלן זיך אייביג ארויסדרייען און דיך הייסן טון הונדערט אנדערע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דיין פראבלעם. און נאכדעם וועלן זיי דיך געבן די נאמבער צו קענען דאונלאודן זייער סאפטוועיר.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 2:04 pm

כאב שוין כמה פעמים דאונלאודעד בראדער סאפטווער בחינם אן א נומבער וכד' און ס'איז געלונגען
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 2:40 pm

איך רעד פון HP
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג ינואר 19, 2009 2:12 pm

איך האב צוגעזאגט און אצינד וועל איך אייך איינמעלדן מיט וואס כ'בין געבליבן.

brother 7420 האט מיר אויסגעזען צו זיין א פאסיגע מאשין פאר מיינע געברויכן, און איך מיין אז איך האב געטראפן א גאר ביליגן פרייז ביי newegg.com פאר בלויז 139 אלעס אריינגערעכנט. שיפינג פרי, און זיי רעכענען נישט קיין מכס.

(אזא מאשין פארקויפט זיך ביי אנדערע געשעפטן פאר 249 ליסט פרייז)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11137
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג ינואר 19, 2009 2:30 pm

WOW

טאקע ביליג אבער איז עס טאקע ניי?

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג ינואר 19, 2009 8:33 pm

brand new

משוגע ביליג!

אבער דאס איז נאך אלס טייערער ווי דער פרייז וואס סטעפלס און דערנאך אפיסמעקס האבן געשטעלט פאר נישטיגע 99 דאלער, אבער ליידער :-( איז עס געווארן out of stock ווי פארשטענדליך.

מען דארף דאך אנגיין מיטן לעבן האב איך שנעל אריינגעכאפט ביי די נייעאייער.קאם פאר א טאטעל פון 139 איידער אויך זיי העכערן עס צו זייער געווענליכע פרייז פון 189.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט