קרעקס קיגען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וועלטסמאן
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:18 pm

קרעקס קיגען

תגובהדורך וועלטסמאן » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 2:54 pm

1) וואס איז א קרעק

2) ווי דארף מען עס אריינלייגן

3) וויאזוי ארבעט עס

4) וויאזוי מאכט מען דאס
בשבילי נברא העולם...!!!

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 2:23 am

קרעק איז געווענליך א EXE פייל וואס דאס טוישט אפאר רעדשיסטריס פונעם פראגראם און ער מיינט אז עס איז גערעדשיסטערט, מען דארף עס אריינלייגן אין פאלדער פון די פראגראם ביי פראגראם פיילס.
ע"כ וויפיל איך ווייס, איך וואלט ווען אויך זייער שטארק געוואלט וויסן וויאזוי מען מאכט דאס.............
(דעירעך אגאוו איז גוט צו וויסן אז קרעקס קען אסאך מאל זיין א וויירוס - אסאך מאל איז עס דווקא, און אפאר מאל איז עס פשוט ווייל א שוואכע קענער האט עס געמאכט און נישט גוט אויסגעשטעלט די קליינע אותיות - דעריבער דארף מען עס טשעקן קודם)
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:05 am

ווי פארשאפט מען די קרעקס?? איך האב געוויסע פראגרעמס וואס מען דארף רעדשיסטערען סא איך זיך קרעקס דערפאר

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 11:58 am

דא איז נישט די ריכטיגע פלאץ צו זיכן קרעקס.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 3:25 pm

אקעי יעצט ווייס איך אז דא איז נישט די פלאץ !

אוועטאר
Tech
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2008 10:13 pm

תגובהדורך Tech » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 10:05 pm

א קרעק איז צו טרעפן א לאך אינעם אקטיוועשאן סיסטעם, וואס מאכט אז מען זאל קענען ניצען די פראגראם'ס אן קויפן, ווי למשל די קרעק פאר אדאבי CS4 פראדוקטן, איז פשוט צו צילייגן עפעס צום האוסט פייל אז ער זאל זיך קאננעקטן צום צו דיין קאמפיוטער אנשטאט צום אדאבי סערווער,

סא סאיז נישט דא איין וועג וויאזוי צו מאכען קרעקס ווייל עס איז דא זייער אסאך טאקטיקן צו לייסענען, און מדארף טרעפן און איעדע איינס די לעכער, און נאכדעם קען מען אריינלייגן און אן exe די קאמענד'ס און קאודס וואס שאפט דעם לאך, אז א מזאל נישט דארפן טון די גאנצע זאך אליין,

און דא הייבט זיך אן פראבלעמען ווייל איינמאל די ראנסט די קרעקערס exe קען שוין טוישן נאך פיילס אויפן קאמפיוטער, סיי צו איילאדענען א העקער שיקען אינפא' צו זיין סערווער, אדער סתם חרוב מאכען די קאמפיוטער,
א וויירעס קען נישט געשען פון א טעות, אפשר אן ערראר אבער נישט קיין וויירעס, און אויב איז עס א נייע וויירעס איז נישט מעגליך אז א וויירוס סקענער זאל עס כאפען,

און פאר די וואס זיכען קרעקס, [נישט ברבים, ווייל סזעט אויס אז די הנהלה דא האט עס נישט ליב] גיבט אכטונג אויף 2 זאכען!
1 רוחניות! אזויווי די קרעק סייטס זענען פונעם נידריגן עלעמענט, זענען רוב נישט קיין פלאץ, פאר קיין ערליכען יוד צו באזיכן, וד"ל (געדענקט איך האב געווארנט)
2 גשמיות! סזענען דא סייטס וואס קענען שעדיגן די קאמפיוטער אפילו מיטן סתם באזיכן, אנע דאונלאודן, איך רעד שוין נישט פון ראננען די קרעקס,


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט