הידעתם את DR.WATSON?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

הידעתם את DR.WATSON?

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 9:21 pm

הידעתם את דר. וואטסאן? השלום לו?.

לעצטענס מאכט ער מיר היבש ביזי ביזיונות, ער קומט מיר ארויף אויפן האריזאנט כאילו ער איז גאר דער מושל בקי-פעד, און ער פייפט מיר אן מיט צענדליגער חצוצורות, און ער מאכט זיך ניטאמאל וויסענדיג אז זיין רעקאדירטע אטאמאטישע אויסלייג "אייער אומגעפערטיגטע ארבעט וועט פארלוירן ווערן" קאסט מיר א צאפל אין מאגן, אפשר איז דאס טאקע דער באקאנטער מאגן דאקטאר, וואס קען מאכן א שליל טאקטאר דורכן טעלעפוין און א אפעראציע דורך גאגעל טאלק, (היינט איז שוין נישט קיין חכמה הלמאי מען קען דאך שוין זעהן מיט ווידיאוי טשעט), אבער אם כל זעקס פיל איך א פליקט אז מען מיז זיך נעמען איבער זיינע ביימער מען וועט זיך מער נישט לאזן פון אים ווי א קאקארויטש וואס איז געפאנגען אין א פלעסטיג קאפ ביי א שבע ברכות, מיר וועלן אויסרופן מישאן אקאפלישט און ארויסגיין אין קריג קעגן אים, מיר ווילן וויסן וואס ער וויל פון מיר.

אבער איידער איך גיי ארויס קרוכן פון מיינע גלייזער, וויל איך קודם וויסן מיט וועם איך האנדל דא, ווער איז דער אומ-ווערדיגער (זיין לעצטע נאמען?) דאקטאר, וואס איז זיין ציהל, האט ער א שטאב מיט א מיליטער וואס ארעבעטן ביי מיר אינעם סיסטעם, (יא געדענסט ווען דו האסט געזוכט די מענטש וואס רעדט אינעווייניג אינעם טעיפ רעקארדער), וואס איז זייער פליכט, מיט וואס געבן זיי זיך אפ, מעג מען אדער דארף מען פטור ווערן פון זיי?, אדער אפשר איז ער שוין פון לאנג א דעפעקטירער אין ער געהעריט גאר צו אונזער לאגער און ער דארף גאר העלפן מיט עפעס, (דאן וואס טשעפעט ער מיט מיר?).

ווער עס האט אביסל אינפארמאציע איבער אים אדער סיי וועלכע שפיאנאזש ווי צום איי שפיגל ווען האט איר אים דאס לעצטע מאל געזעהן, אדער סיי וועלכע אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין אדרעסט, וועט מען אים באלוינען מיט.... א. אאאם......... וואס .......... מאקעי מיט א תגובה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 9:22 pm

דאס איז דער קוויטל וואס ער גיט מיר, דער פדיון איז שוין פונלאנג דעפאזיט.
צוגעלייגטע
DR W.JPG
DR W.JPG (20.6 KiB) געזעהן 1006 מאל

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 1:58 am

איך האב עס שוין אויך געהאט איינמאל און ער האט מיר פארמאכט מיין וועב בראזער מיט אלע טעבס, קיין אהנונג האב איך נישט ביז היינט וואס דאס איז.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 7:03 pm

ביי מיר האט ער פארמאכט מיין עקספראלער אי עקס אי.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט