פארטעבל USB הארד דרייוו - WD PASSPORT

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

פארטעבל USB הארד דרייוו - WD PASSPORT

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 12:08 pm

עס איז דא פון די קאמפאני WESTERN DIGITAL א עקסטערנעל הארד-דרייוו וואס דארף נישט קיין אייגענע עלעקטראנישע פאוער נאר עס איז גענוג א USB קאננעקשאן, עס הייסט wd passport, עס איז דא אין פארשידענע סייזעס גיגעבייטס עס איז דא 120, 250, איך מיין אז די גרעסטע איז 320 גיגעבייטס, האב איך געוואלט וויסן פונעם עולם צו איינער האט עקספיריענס איבער דעם סארט דרייוו, ווייל איך האב געהערט פון עטליכע מענטשן ווואס האבן געהאט פראבלעמען דערמיט אז עס האט זיך אין א שיינעם טאג אויפגעהערט ארבעטן און זיי האבן פארלוירן זייער אינפארמעישאן, וואלט איך געווען נייגעריג צו הערן פון נאך מענטשן אויב עס איז טאקע אזוי אז עס שטארבט זייער יונג, און צו עס איז א חילוק וועלכע סייז אויב די גרעסערע האלטן לענגער אדער קורצער.

ווער עס האט עפעס עקספיריענס אדער אינפארמאציע איבער דעם אויב קען ער מיטטיילען דא ברבים, שכח.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 12:31 pm

איך א 120 און א 360, איך ניץ עס נישט צו סאך, ביזדערווייל גייט עס זייער פיין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 9:07 pm

איך האב אויך א 320 שוין אפאר חדשים, און כ'האב נישט קיין פראבלעמען דערמיט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:17 pm

עס ווענדט זיך צו מען קען זיך אויס דערמיט, עס איז דא דארט פארשידענע "קלייניגקייטן" וואס אויב מען ווייסט נישט קען עס טאקע מאכן פראבלעמען.
ווי למשל, אויב פלאגט מען עס אויס פון קאמפיוטער בעפאר עס איז גענצליך רימאווט, דעמאלט, וויבאלד ער באקומט דאך זיין פאוער פון קאמפיוטער, קען זיך עס צוברעכן. וכדומה, און אויך אויב עס פאלט אראפ קען זיך עס צוברעכן, אבער אז מען ארבעט גענוג פארזיכטיג קען עס בע"ה מאריך ימים זיין.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 11:41 am

קיין שום הארד-דרייוו טאר מען נישט אויספלאגן בעפאר מ'האט עס געהעריג רימאווד דורך "רימאוו הארדוועיר".

צווייטנס, אפילו ווען דער פאוער גייט פייפן, איז די אינפארמאציע נאך דא אויפ'ן דרייוו, און מ'קען עס אריינלייגן אין א צווייטן האלטער און אזוי האבן צוטריט דערצו.
An article a day keeps the babies away

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 12:34 pm

מאשקע האט געשריבן:קיין שום הארד-דרייוו טאר מען נישט אויספלאגן בעפאר מ'האט עס געהעריג רימאווד דורך "רימאוו הארדוועיר".


איז דער זעלבע הלכה אויך ביי די 'פלעש-דרייווס' למיניהם?

צו דארף מען טאקע אלעמאל מקפיד זיין דערויף? וואס טוט מען אין פאל דער קאמפיוטער ערלויבט נישט עס אויסצופלאגן?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 12:41 pm

איך בין נישט זיכער אויב ביי פלעש איז אויך אזוי. מעגליך אז נישט, ווייל ס'שרייבט די דאטא אויף אן אנדערן סארט וועג.

און צי מ'דארף אלעמאל מקפיד זיין, דארפסטו פרעגן א דיין (שיק אים א טעקסט). אבער בלית ברירה קען מען זיך זיכער פארלאזן אויף די מקילים.
An article a day keeps the babies away

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 12:47 pm

איך בין נישט אזוי ענטוזיאסטיש צו זיין פון די מקילים, מען דארף בלויז 'איינמאל' דורכפאלן און פארלירן דאס גאנצע האב און גוטס פונעם זכרונות-שאכטל, און מען נעמט זיך א ביטערן לעקציע אויפן לעבן...
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:14 pm

מאשקע האט געשריבן:קיין שום הארד-דרייוו טאר מען נישט אויספלאגן בעפאר מ'האט עס געהעריג רימאווד דורך "רימאוו הארדוועיר".

טאקע נישט, אבער ביי אנדערע הארד דרייווס, אז מען מאכט איינמאלדעם טעות, איז נאכנישט עק וועלט, משא"כ ביי דעם איז עס יא א פראבלעם.

מאשקע האט געשריבן:צווייטנס, אפילו ווען דער פאוער גייט פייפן, איז די אינפארמאציע נאך דא אויפ'ן דרייוו, און מ'קען עס אריינלייגן אין א צווייטן האלטער און אזוי האבן צוטריט דערצו.

אבער טענה'ן די חברה אז דאס דעמידשט דעם גאנצן סיסטעם.

ביזנעסמאן האט געשריבן:איך בין נישט אזוי ענטוזיאסטיש צו זיין פון די מקילים, מען דארף בלויז 'איינמאל' דורכפאלן און פארלירן דאס גאנצע האב און גוטס פונעם זכרונות-שאכטל, און מען נעמט זיך א ביטערן לעקציע אויפן לעבן...


כ'האב געהאט א חבר וואס האט געהאט אזא מעשה, ער איז געווען אנגעזעצט ווי א בארג, אבער למעשה פאר א גוטן פרייז האט ער עס געקענט צוריק באקומען. (כאטש ס'וואלט יא בעסער געווען ווען ער דארף נישט צאלן אינגאנצן נישט דעם פרייז...)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:40 pm

איך האב שוין אויך עטליכע חדשים א 320, און איך פלאג עס אפילו אויס אן קיין פריערדיגע ווארענונגען היפשע מאל, דערווייל האט ער מיר נאכנישט אנטוישט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 4:02 pm

אלעקסיי, ריסק נישט.... חוץ אויב סגייט דיר נישט אן צו פארלירן אינפא.

בד"וו וואסערע סארט האסטו, די סארט וואס מיר רעדן דא אדער די גרעסער וואס מען פלאגט איין אין די וואנט?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 8:33 am

ביזנעסמאן האט געשריבן:צו דארף מען טאקע אלעמאל מקפיד זיין דערויף? וואס טוט מען אין פאל דער קאמפיוטער ערלויבט נישט עס אויסצופלאגן?


מיין עקספירינס און דעם ענין איז אזוי:
אויב עס איז גארנישט אפען פון די פלעש דרייוו, מען האלט גארינשט אינמיטן קאפי'ן פון אדער צו דעם ד'זאמפ דרייוו, גארנישט האלט נישט אינמיטן סעיוו'ן, קען מען עס רויאג אויספלאגן עס גייט גארנישט געשען.
(אמאל מאכט זיך ער נאך נישט אינגאנצן פארטיג מיט די קאפי'ן אדער סעוו'ן אפילו אלעס איז שוין צוגעמאכט.סא זאל מען ווארט'ן א מינוט עד שיצא הספק מלבו אז אלעס איז שוין מסודר, אדער זאל מען אלעמאל פרעגן רשות צו מען קען ארויס שלפען).

לפי"ז דעס וואס ביזנעס מאן פרעגט וואס מען טוט אויב די קאמפיוטער לאזט נישט אויספלאגן, איז דער תירוץ ערשט דעמאלטס דארף מען עס לאזן איינגעפלאגט! אז נישט קענסטו חלילה פארלירן אינפארמאציע.

ליגעל דיסקלעמער: אלעס וואס איך שרייב איז נאר פאר אינפארמעשנעל פירפסעס אנלי, נוצט עס אויף אייער אייגענע ריסק, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין שום שאדן וואס דאס קען חלילה פאראורזאכטן.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 3:59 pm

ביזנעסמאן האט געשריבן:וואס טוט מען אין פאל דער קאמפיוטער ערלויבט נישט עס אויסצופלאגן?


אויב גייט עס נישט ארויס נאך עטליכע מאל פרובירן, איז די עצה אויסצולעשן ס'כלי גענצליך
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 4:30 pm

שמערי בערי האט געשריבן:אלעקסיי, ריסק נישט.... חוץ אויב סגייט דיר נישט אן צו פארלירן אינפא.

בד"וו וואסערע סארט האסטו, די סארט וואס מיר רעדן דא אדער די גרעסער וואס מען פלאגט איין אין די וואנט?


איך האב די קליינטשיגען וואס מען דארף נישט איינפלאגען אין וואנט

וגם אני דעתי כמו שיטת לאז געמאכט, ועל דא קא סמיכנא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

gimpel
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 9:36 pm

תגובהדורך gimpel » זונטאג מארטש 08, 2009 5:44 pm

יאך ארבעט אין א סטאר וואס פארקויפט דעי כלים, האב איך סטאם געוואלט צולייגען סיי וואספארא מאשין איר קויפט, קוק אויף זייער return policy
למשל WESTERN DIGITAL אויב וועסטו האבן סיי וואספארא פראבלעמען מיטן אייטעם נאך אפאר חדשים וועלן זיי זאגען, רעב איד צאל פארן פיקסען,
דאגעגן די קאמפעני verbatim וועט דיך געבן א נייע אפילו נאך צווי יאר,

דאס זעלבע איז געזאגט מיט א איעדע אייטם, just פרעגט אך נאך, איר קענט דאס אפילו פרעגען פונעם sales man אינעם סטאר

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג מארטש 09, 2009 12:41 pm

ביזנעסמאן האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:קיין שום הארד-דרייוו טאר מען נישט אויספלאגן בעפאר מ'האט עס געהעריג רימאווד דורך "רימאוו הארדוועיר".


איז דער זעלבע הלכה אויך ביי די 'פלעש-דרייווס' למיניהם?

צו דארף מען טאקע אלעמאל מקפיד זיין דערויף? וואס טוט מען אין פאל דער קאמפיוטער ערלויבט נישט עס אויסצופלאגן?



איך האב עפעס א גוטע פראגראם צו רימאוון הארדוועיר, עס איז א טרייעל אבער עס ארבעט אויך ווייטער

http://safelyremove.com/

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 20, 2010 3:57 pm

זיך איינגעהאנדעלט דער וועסטערן דיזדשיטעל מיט פלאץ פאר א טערא בייט

יעצט זיך איך א גוטן בעקאפ פראגרעם
עני גוטע איידיע איז וועלקאם
;l;p- פון פאראויס

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אפריל 20, 2010 4:11 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:יעצט זיך איך א גוטן בעקאפ פראגרעם
עני גוטע איידיע איז וועלקאם
;l;p- פון פאראויס
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אפריל 20, 2010 5:25 pm

עס איז שוין דא א tb פון wd אבער עס איז אביסעל דיקליכער און ברייטער פון די דינע 500 גיגע passport
לגבי בעקאפ, זיך אויף גוגעל פאר GFI Backup 2009 - Home Edition עס איז אומזינסט מיר ניצן עס אין ארבייט, איך מיין אז מיט אידישע פיילס קען ער זיך עפעס נישט א עצה געבען.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 20, 2010 6:05 pm

נאופס
געניצט GFI אבער ער טוט נישט מאכען קיין בעקאפ פון פיילס מיט אידישע פייל נעמען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 05, 2010 8:55 am

ועדיין לא נשענו

דער פארום שלאפט!!

חכם מחוכם
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:01 pm

תגובהדורך חכם מחוכם » מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:04 pm

איך זיך צו קויפען א פארטעבל USB הארד דרייוו (בערך 500 גב ) צו נוצען פאר בעקאפ פאר מיין קאמפיוטער וואס איז די בעסטע קאמפעני און מאדעל ?

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דאנארשטאג מארטש 10, 2011 5:03 pm

וועסטערן דיגיטאל הייסט די בעסטע, היינט שוין דא אזוי גרויס ווי עטליכע טעראבייטס די סייז פון א פאספארט, אומגלויבליך, פאר בערך א הונדערט טאלער.

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דאנארשטאג מארטש 10, 2011 5:14 pm

"עטליכע" טערעבייטס פאר א הונדערט טאלער??? דאכצעך אז עס איז נישטא אזא זאך א passport מער ווי א טערעבייט, און אפילו אויב יא, זיכער נישט פאר א הונדערט טאלער...

אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » דאנארשטאג מארטש 10, 2011 8:25 pm



צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט