פראבלעמען מיט א טאונער- קעמער איינער העלפען?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

פראבלעמען מיט א טאונער- קעמער איינער העלפען?

תגובהדורך שלומי » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:44 pm

מיין טאונער מאכט מיר פראבלעמען די לעצטע פאר טאג, ער גיט מיר ארויס די פאפירען מיט א ווייסע ליין אינדערמיט.
קען מיר איינער העלפען מיט דעים?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:54 pm

ס'איז זייער שווער צו זאגן פון אויסעווייניג, (נישט ווייל פון אינעווייניג קען איך יא!) אבער, אסאך מאל העלפט ווען מ'נעמט ארויס די טאונער און מ'שאקעלטעס אויף, אויב ס'העלפט נישט מאך זיכער אז די טאונער איז די פראבלעים, און אויב דעיס איז די פראבלעים, קאנסידער א נייע טאונער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:14 pm

די מעשה איז אזוי...
מיין טאונער האט אנגעהויבען איבערצולאזען שווארצע פיצי פינטלעך פון צייט צו צייט,
פון "צייט צו צייט" איז געווארען "מער אפט"
און פון "פיצי" איז געווארען "היבש גרויסע"

האבעך געטון די עצה וואס וויכי האט מיר געגעבען אין ארויסגענומען די טאונער און אים גיט אויפגעשאקעלט,
אבער ביז כ'האב געכאפט ווי אזוי מ'נעמט עס ארויס אא"וו האבעך היבש געבאבערט, קען זיין אז כ'האב אנגערירט ווי מ'מעג נישט (קענסטעך פארשטעלען אין די 3 טעג פון דעם רבינס יארצייט???)

נאכ'ן עס צוריקלייגען איז די שווארצע פינטלעך טאקע פארשוואונדען אבער דא האט זיך מיר אנגעהויבען די פרישע פראבלעם אז איך באקום א שיינע צוכטיג ווייסע ליין אויף יעדן פעיפער,

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:27 pm

דעמאלטס גיי צו עצה נאמבער 2, קויף א נייע!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 8:48 pm

אזוי האקעל איז א טאונער???
כ'האב געצאלט אסאך געלט דערפאר...

ששששששששוין........ זאל זיין כפרות עונות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:44 pm

אויסער אויפשאקלן דעם טאונער, איז דא עפעס אן אפשען צו 'סווייפן' עפעס א מאכינאציע אויפן אויסערליכן טייל דערפון, זיי אים בודק און טוה דערין.

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:52 am

ס'איז דא א "דראם" וואס מ'קען רוקען פון רעכטס צו לינקס און צוריקוועגס פון לינקס צו רעכטס -שנעל- זיי זאגען אז דאס העלפט אויך פארן קוואליטי פונעם טאונער, דעיס האבעך טאקע געטון און ס'האט טאקע אוועקגענומען מיין ערשטען פראבלעם פון די שווארצע פונטלעך,
אבער ביז כ'האב אויסגעפונען פון דעים האבעך מיך ארומגעשפילט אן וויסען גענוי וואס איך טו,
און דעיס האט צוגעברענגט צו מיין צווייטען פראבלעים און וואס כ'שטיי יעצט און כ'זעה דערווייל נישט קיין וועג ארויס.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:49 am

אסאך מאל קען זיין אז א ריפארבישד טאונער אדער א טאונער וואס איז נישט OEM מאכט פראבלעמען
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:36 pm

יעצט געטוישט טאונער און וואס מיינט עטץ????.....

נישט צוגעטראפען.....



די פראבלעם איז נאך יא דא

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:44 pm

אוקעי...
כ'האב גוט גוט אויסגעקלינט די גאנצע דראם מיט א אלקאהאל פעטה און מיט א "דאסט רעמאווער" ספרעי,
און יעצט ארבעט ער פיין....

שכויעך גט!!!

ביי מיר האט דאס פאסירט :lol:

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:07 pm

און וואס איז געבליבען מיטן אלטען טאונער?

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 8:29 am

אזוי ווי כ'האב געזעהן אז נישט די טאונער איז די פראבלעם נאר די דראם, האבעך צוריקגעלייגט די אלטע טאונער און גוט אויסגעקלינט די דראם, און אוועקגעלייגט די נייע טאונער אויף ווען ס'וועט זיך אויסנוצען מיין אלטע.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:57 pm

קליג געטאן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 26, 2010 4:04 pm

אריינגעלייגט פרייטאג א נייע טאונער, און ער מאכט מיר קונצן!

גראדער'ס מדרש האט ער מיר פיין ארויסגעדרוקט, אבער מיינע צעטלעך וואס איך האב ארויסגעפרינט פריער האט ער מיר צוגעגעבן א שיינע שווארצע בעקגראונד אויף די גאנצע לינקע קאלום פונעם פאפיר (מען זעהט דארט אותיות פון די פריערדיגע שורות, דאס הייסט אז מאיזה סיבה שרייבט ער איבער פריערדיגע שורות, ווייס איך נישט וואס איך קען טוהן דא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 26, 2010 11:36 pm

קרעמער,
דארפסט מסתם ראנען די Allign טול ער זאל עליינען די נייע טאונער.

אדער נעם ארויס און שאקל עס אויף, לייג צוריק אריין, עליין און לאז וויסן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 26, 2010 11:37 pm

אפשר ערקלערסטו מיר וואס 'עליינען' מיינט, ביטע. א דאנק.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט