בלאט 2 פון 4

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 1:27 pm
דורך שמן למאור
דער שמש ביינונז אין שוהל ניצט שוין דעם פראגראם איבער צוויי יאהר ב"ה, ער איז זייער צופרידן דערפון. איצט איז ער אויפגעקומען מיט א גראנדיעזע איידיע צו צוקויפן א לעפטאפ און זיצן אין שוהל ביי קאלעקטן און קענען גלייך ענטערן די פעימענטס וכו'. אבער וויאזוי מאכט מען עס זאל זיך סינקען צום קאמפיוטער אין אפיס ? האמיר אים אויפגעסעט דעם פראגראם אויף דראפ באקס, און ווען ער קומט אן אין אפיס קאנעקט זיך דער לעפטאפ צום ווייפיי און גלייך אפדעיט זיך אלע פרישע טראנזאקציעס וואס ער האט לעצטנעס גע'ענטערט. אבער דא איז די פראבלעם אז ער איז אנגעשטעלט צו ראנען נאר אויף C: מילא ענטערט ער די דאטא אין C: און ער אפדעיט זיך נישט. זיך מיר א וועג צו קענען טוישן זיין מהלך ער זאל ענעטערן די דאטא אינעם דראפבאקס. עני העלפ איז אפרישיעיטעט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 2:13 pm
דורך פריץ
איז פויער נאך דא?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 2:16 pm
דורך שמן למאור
צו וואס ברויכסטו פויער'ן ? נישט איר פריץ האט ארויפגעשמירט דעם פראגראם צום ערשט ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 2:26 pm
דורך פאטאקי08
קאנטאקט מיך אין אישי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:32 pm
דורך גוגל
should be able to pull in a excell sheet with info of mispalelim

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:41 pm
דורך דעת זקנים
גוגל, דו פרעגסט צו מ'קען אדער דו זאגסט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:57 pm
דורך גוגל
דעת זקנים האט געשריבן:גוגל, דו פרעגסט צו מ'קען אדער דו זאגסט?

פרעג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:27 pm
דורך דעת זקנים
יא מ'קען.
שטעל אויס דיינע קאלומס אינעם עקסעל שיט פון מתפללים ס'זאל שטימען מיט די קאלומס פונעם tblCustomers.
גיי צו די:
Data Folder > Data > External Data (tab) > Import & Link > Excel > YourFileName > Append a copy > tblCustomers > Ok > Next > Next > Finish > Close > Hatzluch Rabah.

Any question feel free to ask.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:38 am
דורך משיח
איך האב געדאונלאט די פראגרעם, און ס'זעט אויס איך וועל זייער הנאה האבן דערפון אי"ה.

1. איז שייך צו קריעיטן נייע אייטעמס? למשל דארט שטייט "עלי' כהן", איך וויל א באזונדערע אייטעם אויף "קנה כהן", און "עלי כהן".

2. וויאזוי פרינט מען אינוואיסעס אדער רעסיטס?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:05 pm
דורך ציון
פון די מעניועל
דאבל קליק אויף אייטעמס און סוועט ארויפקומען א באקס ווי צי אריינלייגן נייע אייטעמס

קאוד: וועל אויס אלע

Select item & Parsha from
drop down. If it’s not in the
list just double click in the
empty field and enter the
new item or Parsha in the
form that opened then click
OK. You can now select
your added item or Parsha.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:06 pm
דורך ציון
משיח האט געשריבן:2. וויאזוי פרינט מען אינוואיסעס אדער רעסיטס?

ביי רעפארטס קען מען פרינטן סטעיטמענטס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:41 pm
דורך היימישער איד
אויפן פארלאנג פון א חשובע ניק האביך בס"ד געמאכט צוויי שינוים אינעם פראגראם.

דאס איז חוץ דעם שינו וואס מ'האמיר געמאכט א צייט צוריק פאר שמן למאור נעמליך אז די פייל זאל נישט מוזן ליגן דייקא אויפן C גראד.

ווער עס ברויך עס אדער אנדערע שינוים קען זיך ווענדן צו אונז דורך גאגעל טאלק.

הצלחה רבה

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:49 am
דורך היימישער איד
לרבים השואלים.. וואס מ'האט געטוישט, ס'איז צוויי קלייניקייטן, 1. א באטען צו פארשנעלערן דאס אריינלייגן פעימענט'ס.
2. א אפשען צו מאכן א געוויסע טראנזאקציע זאל נישט שטיין אויפן סטעטמענט. (זעהט בילד).

היות כ'האב געדארפט מאכן א טויש אינעם דאטאבעיס חלק לייג איך נישט ארויף דעם פראגראם דא ווייל מ'דארף דאס מעניולי טון ביי יעדן. אפשר וועליך א אנדערע מאל יא אראפשרייבן פונקטליכע אינסטראקשענס מ'זאל דאס קענען אליינס טאן (אדער מאכן א פראגראם זאל דאס טון אטאמאטיש). ועוד חזון למועד.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:49 pm
דורך ווינקל
וואו קען איך באקומען די לעצטע ווערסיע?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 7:46 pm
דורך היימישער איד
נאך וואס ברויכסטו דאס?

כ'האב עס אויף מיין דראפבאקס'ל. ווי געזאגט דארף מען טוישן א קליינע'קייט אינעם דאטאבעיס חלק פונעם פראגראם ע"כ ווער עס ברויך עס קען איך דאס טון דורך טיעם וויואער (ווען די צייט ערלויבט) אדער פאר איינער וואס קען זיך אביסל אויס מיט עקסעס קען איך גיבן גענויע אנווייזונגן וויזוי דאס צו מאכן.

פאר אונטערסירטע ביטע שיקן אויף מיין אלטע ניק'ס אימעיל נעמליך: lozgemachet שטראדל gmail.com

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:10 am
דורך ווינקל
היימישער איד האט געשריבן:נאך וואס ברויכסטו דאס?

פאר א ביהמ"ד'ל דאהי.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:32 pm
דורך היימישער איד
ווער ס'האט נאכנישט גענוצט די פראגראם אין די פארגאנגענהייט קענען עס אליינס אראפנעמען פון דא http://goo.gl/6vxCP און עס נוצן געזונטערהייט. (אלע דאנקן און קריטיג קומט זיך פאר דער פארברעצירער פון דעם פראגראם זיי קאנטאקט איז דא אין שפיץ פון דעם דאזיגן אשכול)

די וואס האבן שוין יא גענוצט דעם פראגראם זאלן בשום פנים ואופן נישט אליינס אפדעיטן נאר מיך קאנטאקטן פאר אינסטראקשענס. געדענקט מ'קען מיט א שלעכטע קנעפל אפמעקן "אלע" אינפארמאציע וואס איר האט אריינגעלייגט מיט גרויס פלאג.

מיט אכטונג.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:55 pm
דורך Sprint
[Window Title]
C:\Users\Chaim\Desktop\NedorimVnedovosRelease\NedorimVnedovos.mdb

[Content]
Windows cannot find 'C:\Users\Chaim\Desktop\NedorimVnedovosRelease\NedorimVnedovos.mdb'. Make sure you typed the name correctly, and then try again.

[OK]

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:57 pm
דורך היימישער איד
האסט עס ארויסגענומען פון די זיפ פאלדער ריכטיג?

אויב האסטו נאך אלץ א אישו ביטע מיך קאנטאקטן באופן אישי.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2013 11:11 pm
דורך שמן למאור
איך האב א פראבלעם מיט ביידע ווערסיעס דא, מיט די ערשטע ווערסיע בלייב איך שטעקן ביים לאוגאו און דארט בלייבט עס. און ביים צווייטן ווערסיע באקום איך דעי עראר.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 1:48 pm
דורך יענקל פאטאש
די ניצט די דאונלאד פון היימישער איד? ס'קען זיין אז ער האט צוגעלייגט א מעקרא וואס ארבעט נישט און די ווערסיע עקסעס וואס דו האסט.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 2:56 pm
דורך שמן למאור
איך האב פראבירט ביידע, די ערשטע ארבעט נישט אויף מיין קאמפיוטער, אבער אויף אנדערע קאמפיוטער'ס ארבעט עס יא. היימישער'ס ארבעט אויף קיין איינס נישט.

וואס קען זיין מיט מיין קאמפיוטער פארוואס ארבעט נישט די ערשטע ווערסיע ?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:32 pm
דורך יענקל פאטאש
פראביר דאס. איך האב ארויס גענומען א מעקרא וואס ער האט צוגעלייגט מסתם מיט OFFICE 2013

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm
דורך שמן למאור
וועמענס איז דאס ? היימישער'ס ? ער מאכט איצט די זעלבע פראבלעם וואס איך האב ביים ערשטע ווערסיע. עס קומט ארויף די לאגא און דארט בלייבט ער שטיין.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 4:08 pm
דורך יענקל פאטאש
איך האב צוגעלייגט א קנעפל LINK TABLES קליק אויף דעם >> סעלעקט אלל >> OK >> און שטעל עס אן צו די דעטא פייל (מסתם C:\NedorimVnedovos\Data\Data.mdb)