הילף מיט Cute PDF

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

הילף מיט Cute PDF

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג מאי 28, 2019 9:56 pm

איך נוץ זייער אסאך Cute PDF אבער לעצטנס האט עס מיר אנגעהויבן מאכן פראבלעמען צו עפענען אידישע פיילס, דאס איז נאך איין צרה, אבער יעצט נאכן לעצטע אפדעיט עפנט זיך שוין נישט ענגליש אויך נישט, שוין אנאינסטאלד און ריאינסטאלד, ארבעט פאר אפאר מינוט און היידא, צוריק צום אלטן, עני העלפ? די System Local אין Language settings איז אויף Israel
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג מאי 28, 2019 10:12 pm

אפטמאל איז די פראבלעם מיט אדאובי פדפ רידער, ביי אדאובי גיי צו העלפ > ריפעיר אינסטאלעשאן, דערנאך ריבאט.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג מאי 28, 2019 10:22 pm

יישר כח, לאמיר עס אויספרובירן.

איך האב אויך אינסטאלד אקראבאט פרא די סי, האט עס א שייכות?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מיטוואך מאי 29, 2019 1:03 am

עשיתי ככל אשר צויתני, עס האט געהאלפן צו קענען עפענען ענגלישע PDF, אבער אידיש עפנט זיך נישט, עני עדווייס?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:21 am

אויב איז מעג פרעגן, וואס פונקטליך זוכסטו מיט דער Cute PDF וואס אנדערע האבן נישט?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג מאי 31, 2019 1:01 am

צו אויסשטעלן בוקלעטס, ריסייזן גרינג, קראפן, און נאך אויף א גרינגע וועג, האסט נאך אזא פראגרעם?

איך האב געטראפן א וועג עס זאל ארבעטן אידיש דורך אנשטעלן די Region צו ארץ ישראל, כאטש איך האב עס זייער נישט ליב, ווייל די זייגער ווערט אויף 24 שעה און די דאטום אויסשטעל אויך פארדרייט, אבער פאר יעצט וועל איך זיך מוזן באגיין אזוי.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט