אוועק רוקען אשכולות

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

אוועק רוקען אשכולות

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 17, 2008 10:54 am

אויב עס איז נישט שווער וויל איך בעטן פאר די מנהלים דא פון דעם אשכול הע"י תבא עליהם ברכה, אויב עס איז מעגליך אוועק צו נעמן די צוויי ערשטע אשכולות וואס ליגן שוין דא אפאר וואכן, עס איז גראדע מורא'דיגע וויכטיגע און ניצבארע זאכן, אבער עס שטייט סתם אין וועג.

די סיבה צו מיין בקשה איז פשוט,,,,
נישט א יעדער איינער וואס קומט אריין דא אין קרעטשמע קומט ווייל ער האט איבריגע צייט, עס איז דא מענטשען וואס זענען ביזי איבערן קאפ און דאך נעמען זיי אוועק פון זייער טייערע צייט צו קומען דא און ארויס העלפן אנדערע מענטשן, ממילא אסאך מאהל קומט מען אריין מען כאפט א בליק צו מען קען ארויס העלפן און טאמער נישט גייט מען ווייטער, און עס איז זייער באקוועם צו גיבן א קוק אויף די "אובישטער" אשכול און קוקן צו מען קען העלפן, אויב אבער דארף מען גיין צו די דריטע און פערטע שורות און קוקען צו עס איז דא חדשות צו נישט ווערט מען אביסל דיזי, און עס נעמט אוועק צייט און געדולד פון די מענטשן וואס יאגן זיך,
אלעס אויב עס איז נישט צו שווער, יישר כח למפרע....

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג פאברואר 17, 2008 4:09 pm

תפילה עושה מחצה

דער אינדעקס איז לדעתי גענוג וויכטיג ס'זאל בלייבן דביק
וואס האלט דער עולם?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 17, 2008 4:19 pm

דעמאלס וואס איז די מחצה? עס פטרט דאך נישט האלב פון דעם פראבלעם אפילו ווען מען נעמט אוועק איינע פון זיי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:18 am

נו וואס האלט דער עולם?
אז קיינער רופט זיך נישטאן וועל איך זיך מוזן רעכענען מיט ידידינו ר' פיקח
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:19 am

וואס האט מען פון אן אינדעקס אויב עס פאלט אראפ אין די בעיסמענט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » מאנטאג פאברואר 18, 2008 12:29 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:וואס האט מען פון אן אינדעקס אויב עס פאלט אראפ אין די בעיסמענט?


א אינדעקס איז נישט א זאך וואס איז א טאג טעגליכע באנוץ, און ממילא אויף נאכצוקוקען אלטע ארכיון מוז מען צומאהל ארויפצוען דו ערבל און אראפ קרוכען אין קעלער.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט