איך ויל קויפן א קאמפיוטער סקענער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

איך ויל קויפן א קאמפיוטער סקענער

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 4:55 pm

נישט א צאלע סקענער נאר צי אריין סקענען קאפיס אין קאמפיוטער

בעיקר דארף איך עס פאר טשעקס וכדומה
וועלכע מאדעל איז די בעסטע?
איינער זאגט מיר אז מען קען היינט סקענען אזוי אז די קאמיוטער זאל קענען ליינען די ווערטער
ווייסט איינער צי סאיז טאקע דא זאזא זאך און וויפיל סקאסט?

תודה רבה למפרע

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

Re: איך ויל קויפן א קאמפיוטער סקענער

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 5:02 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז מען קען היינט סקענען אזוי אז די קאמיוטער זאל קענען ליינען די ווערטער
ווייסט איינער צי סאיז טאקע דא זאזא זאך און וויפיל סקאסט?

איך ווייס אז עס איז דא, אבער איך ווייס נישט וויפיל עס קאסט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 5:26 pm

דו רעדסט פון אידישע ווערטער?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 5:30 pm

אז ער רעדט פון טשעקס, רעדט ער מסתם פון ענגלישע ווערטער.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 5:42 pm

יא איך רעד פון טשעקס דאס הייסט איך וויל אויפזיכן א טשעק פון איינעם זאל איך זיכען זיין נאמען און דער קאמפיוטער וועט עס טרעפן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 6:36 pm

פרעג די אנפירער פון גמ"ח חיים משה אין 13 הופער וויליאמסבורג, זיי האבן דעם סאפיסטיקירטן כלי.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 6:41 pm

כ'פארשטיי נישט פונקטליך דיין פראגע.
דו ווילסט אריינסקענען דיין קאפי, אזוי אז דער טעקסט פונעם קאפי זאל ווערן א טעקסט פייל אז דו זאלסט קענען אראפנעמען און צושרייבן כאוות נפשך - יא?

כ'מיין אז רוב סקענערס האבן די אפציע, און ס'דארף נישט זיין קיין טייערע מעשה (פארשטייט זיך געוואנדן לויט די קוואליטעט). די HP סקענערס האבן דאס זיכער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 7:10 pm

די כלי פון וואס איך האב פריער געשריבן, איז ספעציעל פאר טשעקס, עס שלעפט אריין דעם טשעק אין א כמו צויבער-ראד און פירט אים ארויס פון די צווייטע זייט, בעת די אינפארמאציע ווערט רעקארדירט אין קאמפיוטער.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 8:25 pm

ווייסט איינער וועלכע באנק עס לאזט סקענען טשעקס און שיקען די דיפאזיט'ס פון סקענער צום באנק? איך הער אז אין פלעטבוש איז דא א באנק מיט די סערוויס.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 8:59 pm

נאטורליך האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע באנק עס לאזט סקענען טשעקס און שיקען די דיפאזיט'ס פון סקענער צום באנק? איך הער אז אין פלעטבוש איז דא א באנק מיט די סערוויס.

רוב בענק טוען די סערוויס דארפסט דאס נאר בעטן. זיי וועלן דיר רעכענן פאר די סקענער איך ווייס נישט וויפיל אבער אויב די האטס א גרויסע אקאנט קענסטו דאס באקומען פון זיי פאר גאר ביליג פארבינד אייך מיט א לאקאלע באנק זיי וועלן דיר געבן מער אינפארמאציע

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 9:55 pm

כדי צו זיך שפארן די קאסטן פון נעמען א באס צוריק צום נושא, האבעך דיר גענפערט איבער די טשעק סקענער דא.

איצט איבער די סקענערס. ס'איז פארהאן אסאך מאדעלס סקענערס. ס'איז דא וואס זענען נאר סקענערס אליינס, די זענען בדרך כלל קלארער און האבן מער אפציעס, אבער פארנעמען מער פלאץ אויפ'ן טישל. דערנאך זענען דא מאלטי-פאנקשן מאשינען, וואס האבן אין זיך א קאפי מאשין, פרינטער, פעקס, און אויך סקענער.

יאך האב א מאלטי פאנקשן און כ'בין זייער צופרידן דערמיט. ס'נעמט מיר אויף דאס זעלבע פלאץ, און כ'בין צופרידן מיט אלעמען (קאפיער, פרינטער וכו'). כ'סקען כסדר וויכטיגע דאקומענטן און כ'שיק זיי אויף אימעיל, ס'קומט אויס היבש קלאר. כ'האב שוין אפילו געסקענט א בילד דערמיט, און ס'איז אויסגעקומען הערליך שיין, כמעט ווי דאס ארגינעלער בילד.

פארשטייטסעך, אז טשעקס קען מען אויך סקענען דערמיט.

דאס איז אלעס בנוגע די הארדוועיר.

ס'איז דא אסאך פראגרעמס וואס העלפן צו צום סקענען, קודם איז דא די גרעפיק פראגרעמס וואס האבן געווענליך אלע פיעטשערס צו קענען אויסוועלן די קלארקייט, שארפקייט, גרויסקייט וכדו'. דערנאך איז דא זייער אסאך קליינע פראגרעמס וואס זענען דירעקט געמאכט פאר סקענען.

איינער פון די פיעטשערס איז אז ס'זאל אויפכאפן די ווערטער, און עס קאנווערטן צו טעקסט. דאס רופט זיך OCR (Optical character recognition). ס'איז דא הונדערטע פראגרעמס וואס זענען דירעקט געמאכט פאר דעם, ווי אויך איז דא צו ליינען אידישע אותיות, ס'איז שוין דא פאר רש"י אותיות, און לעצטענס אויך מיט נקודות. פארשטייט זיך, אז די אידישע מאכט זייער אסאך טעותים.... אבער די ענגלישע זענען זייער גוט.

ווען דו קויפסט א BROTHER מאלטי-פאנקשען, וואס האט אויך א סקענער, קומט דאס מיט דער פראגרעם PAPERPORT, וואס האט זייער גוטע פיעטשערס צו סקענען דאקומענטן און בילדער, ווי אויך האבן זיי א פראגרעם פאר OCR.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 1:04 pm

א גרויסען דאנק אייך אלע
בעיקר קרעמער און לחיים פאר די אינפארמאציע

די זאך איז אז איך זיך נישט קיין מולטי פאנקשען ווייל איך האב שוין א 1000 דאלערדיגע פרינטער און א 250 דאלערדיגע פעקס מאשין וואס איך יוז כמעט נישט ווייל איך יוז מער דעם קאמפיוטער צי פעקסען ממילא זיך נאר א סקענער און נישט קיין מולטי פאנקשען ווי אויך זיך איך א ברייטע דהיינו צי קענען סקענען מערערע טשעקס אויפאמאל

בקיצור אויב עימיצער קען מיר געבן א מאדעל נומער וואס מעטשט מיין קריטעריע און ער איז צופרידן דערמיט טוט מיר דערמיט א גרויסע טובה ווייל איך האב מיט קיין סקענער קיינמאל געהאנדעלט

תודה רבה למפרע

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 1:18 pm

פאטאקי, כ'קען דיך נישט פאר אזא בטלן, מאך אפאר סויטשערס אויף גוגל, וועסטעס זיכער טרעפן. כאב אמאל געזעהן ביי איינעם א גוטע SHARP סקענער, גיי ארויף אויף זייער סייט, אדער אויף סטעיפעלס דאט קאם וכו' וכו' וכו'.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 1:19 pm

לחיים עקספיריענס ביט אלע סוירטשעס


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט