הילף איבער א דב"ד (DVD) שפיעלער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

הילף איבער א דב"ד (DVD) שפיעלער

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 6:16 pm

איך האב א דב"ד (קאפירט פון א קעם-קארדער טעיפ) וועלכע איך האב שוין געשפיעלט אויף א שויס-דעקל (LAPTOP) אבער ווען איך וויל אים אריינשטעלן אין א פשוט'ע דב"ד שפילער ארבייט ער נישט, בו בזמן ווען אנדער אריגינעלע דב"ד'ס ארבעטן געהעריג כאחד הריקים.

איך בין א גרויסע ע"ה אין טעכנעלאגיע, איז פאראן א ספעציעל קרייטעריע אויף דב"ד'ס עס צו זעהן אויף שפילערס וכדו'?

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 6:21 pm

דיין פלעיר סופארט CDR CDRW?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 8:12 pm

דו האסט נישט קיין דבד, דו האסט א פשוטע סידי קאפירט פונעם קעמקארדער. דעריבער אין א קאמפיוטער ארבייט ער ווייל יעדע קאמפיוטער קען ליינען סידי'ס, אבער אין א דבד שפילער ארבייט ער נישט ווייל ער ליינט נאר דבד'ס. וזה מרומז בדברי המלך זשובוי יר"ה.

כדי צו מאכן פון א סידי א דבד'ל, פעלט זיך אויס געוויסע טולס, עס איז דא פאר פרי טרייעל אבער כ'בין נישט אזוי אזוי באקאנט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 9:43 pm

קודם יישר-כח פאר'ן פרובירן, אבער די מעשה איז אז אין א קאמפיוטער וועלכע פארמאגט נישט קיין דבד דרייוו האט ער נישט געארבעט האב איך פארשטאנען אז ער איז א דבד, ווידעראום אויפן אנדערערן קאפיוטער מיט'ן דבד דרייוו האט ער יא געצייגט, אבער אונעם דבד שפיעלער איז ער געווען טויט, ונמצא שהייתי קרח מכאן וקרח מכאן.

אין יא שיעור פארגעסן, אויפן פנים שטייט קלאר אויפגעשריבען איז ער איז א דבד, איז דאס א ראיה?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2007 11:33 pm

ס'האט מסתמא מיט'ן וועג וויאזוי דער דוד'ל איז געשריבן געווארן, דהיינו אז ס'איז נישט געקלאוזט געווארן ביים שרייבן, וואס אסאך דו"ד שפילערס (אפילו אין קאמפיוטערס) קענען דאס נישט ליינען.

אויב האסטו נאך די אריגינעלע פיילס, שרייב עס איבער אויף אן אופן אז ער זאל ווערן "געקלאוזט". קוק ביי די אפשענס/סעטינגס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 02, 2007 8:49 am

יישר מאשקע, מ'וועלמיר זעהן וואס דער פאטא פין לי. עוו. זאגט דערצו, ער איז געווען דער סופר פונעם דו"ד כלשונך אדער דב"ד כלשוני, למעשה האט ער מיך דערווייל גוט מסדר געווען שוין טעג וואס איך לייג די קינדער פרי שלאפן ווייל איך האב א מעכטיגע דב"ד, ליידער איז מעשה שטן הצליח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג נובעמבער 02, 2007 10:18 am

וויפיל פראבלעמען איך שוין געהאט מיט "דוד'ס" איז עס געווענליך געלייזט געווארן מיט איין פראגראם,

VLC Media Player

לייג אריין דיזע ווערטער אין גוגעל, און דאולאוד עס פאר אימזינס, פריי פון אפצאל, און עס וועט בעהשי"ת ארבייטן, בלנ"ד,
עס שפילט אלץ-דינג, CD, DVD, MP3, MP4 און וואס נישט, פראביר עס אויס,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 02, 2007 10:45 am

איך שטימ מיט מיט צייטליך
וואסערע פייל א צווייטער וויל נישט שפילען שפילט ווי על סי יא

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » פרייטאג נובעמבער 02, 2007 2:01 pm

חכמים, ער וויל דאך עס זאל שפילן אינעם די ווי די פלעיער, אינעם קאמפיוטער ארבייט עס יעצט אויך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 04, 2007 3:21 pm

יענטאאש האט געשריבן:חכמים, ער וויל דאך עס זאל שפילן אינעם די ווי די פלעיער, אינעם קאמפיוטער ארבייט עס יעצט אויך.


יענטי,
דאס זענען די היינטיגע טעק-חכמים, אלעס ווייסן זיי אויסער וואס מ'פרעגט, "בקיסער עס האס נישט קיין אייסע" זאגט מיין חבר פון בענענעס-און-אייערס

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » זונטאג נובעמבער 04, 2007 4:02 pm

יא, ס'א געפרעגט מיט כיטים, ס'א גענטפערט מיט סוירים...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג נובעמבער 04, 2007 5:15 pm

כ'זאג דיר יענטאאש, א ברכה אויף דיין קעפעלע, דיין איצטיגע תגובה מיט דיין בילד, זענען דאך ווי צווילינג.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט