Route Planner

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

Route Planner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

טראץ וואס מיין שאלה איז געשריבן אין די אידישע שפראך, איז דאס קעפל געשריבן בלע"ז כדי מ'זאל גוט פארשטיין אויף וואסערע ענין דער אינהאלט טוט זיך באציען.

אלזא, אלץ איינער וואס דארף קעסיידער ארומפארן אין די געסלעך פון די שטאט ניו יארק, מאכן פארשידענער סטאפס וכדו', האבעך אלץ געהאפט צו אויסשטעלן א צעטל וואס זאל מיך פארשרייבן מיין גאנצע טריפ, דאס שנעלסטע וועג, די גרינגסטע, אן דארפן זיך ארומדרייען די וואן-וועי סטריטס, אן דארפן שטיין צענדליגע מאל ביי רויט-לייטס וכהנה וכהנה אזעלכע און ענליכע פראבלעמען. שוין וואכן לאנג וואס כ'טוה זיך מוטשען און זוכן א סאפטוועיר דערצו. כ'ווייס אז ס'איז דא אזוינס אבער כ'קען דאס נישט געפונען.
דערפאר טוה איך זיך ווענדן צו מיינע ליעבע כאוויירעם, ווער עס האט דאס מינדעסטע ידיעה פון אזא סארט פראגרעם זאל דאס ביטע מיטטיילן לטובתי.
יישר כח למפרע
הק' לחיים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייענדיג א שטיק צייט א ראוד סעילסמאן, האב איך זיך אנגעשטויסן אינעם זעלבן פראבלעם, און איך האב פרובירט פארשידענע פראגראמען, אבער קיין איינס האט עפעס נישט געהעריג געקלאפט, ווייל עס איז זייער שווער געווען צו ענטערן די אינפא. אויפן פלאץ, סאו האבעך שוין געמוזט א נאכט פריערט האבן אויספלאנירט די גאנצע רייזע, און אויב האט זיך געמאכט אז איך האב געוואלט צולייגן א סטאפ איז אלעס געגאנען כאדאראם (וועא"מ), אויך קומט צו נאך א פראבלעם, אז ער געבט נישט קיין דיירעקשאנס עס זאגט דיר פשוט קודם גיי צו דעם סטאפ און נאכהער קומט יענע, וואס אויב דרייסטו זיך אין אן אומבאקאנטע געגענט איז דאס גארנישט ווערט אן אן דזי פי עס, און היות איך האב שפעטער געטוישט דזאבס און היינט סעילס איך כמעט נאר פון אפיס, האב איך מיך ארויסגעלאזט דערפון.

אבער וואס איך טוה היינט ווען איך דארף יא גיין צו מערערע קאסטומערס אויפאמאל, האב איך זיך טאקע איינגעהאנדלט א דשי פי עס און איינע פון די פיטשערס קען מען טאקע אריינלייגן אלע דעסטינאציעס וואו מען וויל אנקומען, און ער שטעלט דיר אויס א ראוד פלען, קום לאמיר גיין דא און ער טראגט דיר אהין, נאכדעם שרייט ער אה איצט קומט די און די פלאץ אויף די רייע.

פון מיין לימיטעד עקספיריענס קוקט דאס אויס די גרינגסטע און פראקטישטע וועג, און איך וואלט דיר געראטן, אז היות לכאורה ברויכסטו במילא א דשי פי עס, זאלסטו זיכער מאכן פארן קויפן אז עס זאל האבן די פיטשער.

הצלחה.
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”