וויאזוי מאכט מען א בעקאפ פונעם קאמפיוטער?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

וויאזוי מאכט מען א בעקאפ פונעם קאמפיוטער?

תגובהדורך לאקשען ברעט » מוצ"ש יוני 02, 2007 11:13 pm

בס"ד

ווער עס ווייסט וויזו מען מאכט א בעקאפ זאל ביטע טיילען זיין וויסענשאפט מיטען עולם גולם וואס ווייסט נישט

אין א יישר כוח פין פאראויס

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג יוני 03, 2007 2:34 pm

לכורה דורך א פארטיבל USB שטיקל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 04, 2007 10:58 am

עס איז דא אסאך אופנים פון בעקאפ. פון וואס ווילסטו הערן?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג יוני 05, 2007 2:16 pm

הייב אן מיט איינס כ'ווייס דאך נישט ווי אנציהייבען

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 05, 2007 5:54 pm

הער אויס חבר טייערע.

ס'איז פארהאן א בר נש וואס האט זיך דערמאנט צו מאכן א בעקאפ מאיזה סיבה שיהיה, צו ער האט מורא אז עפעס זאל נישט געשעהן, צו ער וויל רי-אינסטאלן ווינדאוס וכדו' וכדו'. אזא איינער דארף האבן א דעווייס וואו ער קען קאפיען זיינע פיילס. ס'זענען דא וואס ס'איז זיי גענוג א סידי וכו'. אבער אויב ס'איז צו סאך פאר א סידי דאף מען זיך קויפן אן עקסטערנאל הארד דרייוו, דאס הייסט א צווייטער מוח אנשטאטס זיין קאמפיוטער און קאפיען אלעס וואס ער האט צו יענעם מוח. דער צווייטער מוח מוז נישט זיין גרויס נישט בכמות און נישט באיכות, ס'מוז נישט האבן אזוי סאך דיסק ספעיס וכדו'. דער אופן פון קאפיען איז פונקט אזוי ווי מ'קאפיט פון איין פאלדער צום צווייטן.

ס'איז אבער דא וואס מאכן בעקאפס כסדר, יעדן טאג/וואך/חודש, איז ווייטער דא וואס מאכן בעקאפס יעדן טאג אויף א סידי אויפ'ן פשוט'ן אופן, און ס'זענען דא וואס האבן גאנצעטע סערווערס וכו' כל אחד בשמו הטוב יבורך. ס'איז אויך דא פראגרעמס צו מאכן בעקאפס און זיי קענען טשעקן אויב די פיילס זענען געטוישט געווארן, ס'איז צוגעקומען פיילס וכדו'...
אז דו דארפסט אזא סארט בעקאפ לאז וויסן דער עולם און מ'וועט דיך פרובירן צו ארויסהעלפן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יוני 06, 2007 10:56 am

אההה לחיים דו מיט דיין ברייטע הסברה, האסטו מיך ארויסגעהאלפן.

דאס האביך געמיינט בקיצור אין מיין פריערדיגע תגובה.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך יוני 06, 2007 4:22 pm

נו מען רעט דאך פין א פשוטע בעקאפ פאר פלעינע מענטשען

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 06, 2007 11:08 pm

לאקשן, וואס הער איך? דו ביסט פון די פלעינע מענטשן?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג יוני 07, 2007 2:53 am

כ'מיין , עם , וואס , כ'מיין צוזאגען , יא , וואסי שלעכט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:18 am

גארנישט שלעכט, כ'האב אבער געמיינט, אז דו ביסט פון די העכערע עליטע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:38 am

כ'וועל דיר אנטראגן א עקסטערנעל הארד דרייוו פון 200 גיגאבייט'ס

Fantom Drives Titanium-II 200GB USB 2.0 7200rpm External Hard Drive - TFD200U2

קענסט עס געפונען דא: http://www.buy.com/cat/storage/223.html

איך האב געקויפט די זעלביגע זאך מיט 500GB פאר דאפלט די פרייז, לכאורה די פרייז וואס זיי געבן פאר דעם איז זייער גוט.
דער מוח דערפון איז א ברענד נעים, דענק איך נישט מאמענטערעלי דעם נאמען.

כ'מיין אז 200GB וועט זיין פאר דיר גענוג און נאך אפילו פאר צוויי קאמפיוטער'ס

BTW קען זיך איינער אויס מיט מייקראסאפט בריפקעיס??? Briefcase

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:45 am

אויב קויפסטי עס אויף buy.com, וועסטו קענען האבן א דיסקאנט פון גוגל,
פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען. -- שיקט מיר נישט קיין אימעיל'ס, איך קען נישט די פעסווארד דערפון.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:55 am

לוי האט געשריבן:אויב קויפסטי עס אויף buy.com, וועסטו קענען האבן א דיסקאנט פון גוגל,


אבער אז דו קויפסטעס דורך גוגל פארלירסטו די קיופאנס וכדו' פון ביי.קאם (אויב ס'איז פארהאן)

הרוצה בעילום שמו
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2007 1:29 pm

תגובהדורך הרוצה בעילום שמו » דינסטאג אוקטובער 09, 2007 3:20 pm

ווייסט איינער אויב מען קען מאכן אן אוטאמאטישע בעק-אפ פון א קאמפיוטער צו אן עקסטערנעל הארד דרייוו, אז איך זאל נישט דארפן יעדע וואך אדער חודש ווען איך לייג צו נאך פיילס אדער זאכן אין פיילס איבערמאכן די גאנצע בעק-אפ פון עטליכע צענדעליגע גיגא-בייטס??? איז מעגליך אזא זאך???

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוקטובער 09, 2007 3:40 pm

מיט מייקראסאפ בריעפקעיס.

http://support.microsoft.com/kb/307885

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:38 pm

בריעפקעיס איז נישט קיין גרויסע מעלה.

ס'איז דא א פראגראם (אומזיסט עס הייסט
Allway Sync
די פראגראם איז דיזיינט צו SYNC'ען פון דיין קאמפיוטער צום עקסטערנעל אדער צום לעפטאם.

איך נוץ עס, און ס'איז א SIMPLE געשמאקער אומזיסטער פראגראם, מיט גאר אסאך פיטשערס און פאוערפול אויך.
https://allwaysync.com/download.html

מ'דארף עס נישט קויפן. אלע פיטשערס זענען אומזיסט.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:38 pm

ווער עס וויל קען קויפן א גוטע 500 גיג עקסטערנעל פאר בלויז הונדערט דאלאר
די פרייז איז מאמעש (קרעדיט ערנסטער) א מציאה רבה פאר 500 גיג.
קליקט דא

עס איז שנעל, גוט פאר בעקאפס און סטארעדזש, און קומט מיט USB 2 און אויך מיט פייערווייער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 7:22 pm

לאקשען ברעט, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין שאלה, אויב דו האסט נאך נישט באשלאסען, קענסט פרובירען maxtor , זייערע הארד דרייוו'ס קומען מיט א קנעפעל וואס מיט איין קוועטש, כל זמן שלבך חפץ, מאכט ער א בעק-אטפ. קענסט עס אנשטעלען עס זאל נאר מאכען פון די פיילס וואס איז געטוישט געווארען, ממילא דויערט עס גאנץ שנעל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 8:25 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:ווער עס וויל קען קויפן א גוטע 500 גיג עקסטערנעל פאר בלויז הונדערט דאלאר
די פרייז איז מאמעש (קרעדיט ערנסטער) א מציאה רבה פאר 500 גיג.
קליקט דא

עס איז שנעל, גוט פאר בעקאפס און סטארעדזש, און קומט מיט USB 2 און אויך מיט פייערווייער.


איז דאס נישט די זעלבע זאך? אויב איז עס מאמעש האלב די פרייז.
לעצט פאראכטן דורך יאנאש אום פרייטאג אוקטובער 12, 2007 11:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 8:28 pm

סארא רויבעריי דארט זעה איך איצט, עס איז גאר א 200 גיג עקסטערנעל, מינע גנבים דאס, אויבן זאגן זיי אז עס איז א חמש מאות'דיגע.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 9:08 am

מען קען יעצט קויפען א 250 גיג הארד דרייוו פאר 42 דאללאר ביי ecost.com עס איז א ווילדע מציאה.
http://www.ecost.com/detail.aspx?EDP=33 ... B101207EML

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 11:38 am

יאנאש כתב:
איז דאס נישט די זעלבע זאך? אויב איז עס מאמעש האלב די פרייז.


האלב פרייז און האלב אזוי גרויס די לינק........

מנהלים, ביטע מאכן דערפון א הייפערלינק, ס'שטערט שטארק די אויסגעצויגענע פעידזש.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 2:22 pm

הערט אויס די 500 גב פון FD נוץ איך שוין עטליכע חדשים עס איז פיין דערווייל.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 2:47 pm

האט עס א פען???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג אוקטובער 14, 2007 11:49 pm

גנבים איז נישט דאס ווארט.
מ'דארף עס איבערגעבן פאר ק.נ.א צו באריכטן פאר די עף ביי איי
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט