דוד משה האט געשריבן:וואס א URL Shortener איז ווייסטו ? אקעי איך וועל דאס אויך מסביר זיין, אסאך מאל האט מען א לאאאאנגע לינק וואס מען וויל עס מאכן קורצער (כדי עס זאל אריינפיטן אין א טעקסט מעסעזש וכדומה) גייט מען צו https://bitly.com אדער צו https://goo.gl און מען פעיסט אריין די לאנגע לינק און זיי געבן דיר צוריק א קורצע לינק וואס ווען מען קליקט דערויף שיקט דאס צום אריגינעלן לינק.
די אויבנדערמאנדע סייטס האבן די אפציע צו טרעקן וויפיל מענטשן האבן געקליקט אויף דיין לינק, אלזא אויב ווילסטו וויסן וויפיל מענטשן האבן געקליקט אויף דיין דראפבאקס לינק, אנשטאט צו פאוסטן דא א דראפבאקס לינק, גיי צו איינע פון יענע סייטס און לייג דארט אריין די דראפבאקס לינק און זיי וועלן דיר געבן א אנדערע לינק און פאוסט דא יענע לינק און אזוי וועסטו קענען זעהן אויף יענע סייט וויפיל קליקס דו האסט.
קלאר ?
טענקס