בלאט 4 פון 8

אראפנעמען ראדיא פון sandisk clip

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:01 am
דורך ניגון עתיק
דאס איז די פירמוועיר וואס מ'קאפיט אריין אינעם רוט פאלדער פונעם סענסע קליפ און ס'נעמט אראפ די ראדיא, אבער מיט א פעקטארי ריסעט קומט עס צוריק.

מ'קען איבערשניידן די ווייער פונעם אנטענע אינעם מאשינדל אבער מ'דארף וויסן וואס מ'טוט אז נישט קען מען קאליע מאכן ס'גאנצע מאשין.

דא איז א בילד פונעם אנטענע ארומגענומען מיט א געלע סורקל, אבער מ'דארף אכטונג געבן ווייל אויב מ'צעברעכט עס קען קאליע ווערן נאך זאכן, איז לעבן דעם ארויפצו ביי די רויטע עראויס קען מען איבערשניידן די קליינע ווייער וועט עס איבערהאקן די שטראם צום אנטענע, וועט די רעדיא אויפהערן ארבעטן לעולמי עד. (א סימן צו וויסן וועלכע איז די אנטענע, צינדט אן די רעדיא אויף א נישט קלארע טשענעל, און לייגט צו אן אייזן צו עטליכע שטיקלעך ווען איר הערט אז ס'ווערט קלארער איז יענע ווייער די אנטענע).

images.jpg
images.jpg (11.82 KiB) געזען 7910 מאל

טוט אויף אייער אייגענע אחריות.

דאס איז אביסל קלארער
sandisk-sansa-clip-plus-disassembly-11.jpg

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 11:20 am
דורך farshlufen
אגב זוכענדיג האב איך דאס געפונען:
http://www.behindthedaf.com/disable_radio.html

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:56 pm
דורך לובלין
אוקעי, איבערגייענדיג מיין שאנט מיט $1000 ווערט פון ציקריצטע סידיס האט מען ענדליך באשלאסן אז מ׳גייט זיך איינהאנדלען א סענסע,

וועלעכע מאדעל איז היינט צוטאגס די בעסטע, אפשר איז דא א בעסערע קאמפעני?

וואספארע ספיקערס זאל איך צוקויפן?

איז די אידיש פראבלעם נאך אלץ דא?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 12:25 pm
דורך דרךהמלך
וואס טוט מען מיט א סענסע, וואס האט אין א שיינעם טאג אויפגעהערט צו ארבעטן
עפעס א ווארענונג האב איך געהאט שוין לעצטע וואך צוויי, אז די לייט דערפון איז געווען זייער טינקל, איך האב געדארפט געבן א קליינע האק, איך זאל קענען ליינען
ווען איך קאנעקט עס צו מיין קאמפיוטער, קומט גארנישט ארויף
צום מזל האב איך אלעס אויפן sd
אבער אויפן מאשין אליין איז נאך דא עפעס האפענונג?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:06 pm
דורך קנאפער ידען
לפי ידיעתי קענסטו זיך געזעגענען דערפון.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:13 pm
דורך דרךהמלך
דרךהמלך האט געשריבן:
אבער אויפן מאשין אליין איז נאך דא עפעס האפענונג?
נישט עכט, חוץ אז איר ווילט דאס פראבירן
בין איך נישט נישט די גרויסע בקי, אויב דו קענסט מיר זאגן אויפן שפיץ גאפל וואס יענס דארף צו טוהן

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 10:56 am
דורך דרךהמלך
ווער קען מיר שיקן א לינק פון א גוטע און ביליגע

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:23 am
דורך יענקל פאטאש

געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:44 pm
דורך טאטלע
I purchase a few pieces for the kids I try to remove the radio it's not going through if someone could please help me to remove the radio
Thanks in advance

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:52 am
דורך וויכטיג מאכער
וועלעכע האסטע געקויפט?

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:55 am
דורך טאטלע
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועלעכע האסטע געקויפט?

https://www.amazon.com/gp/product/B00VXMXU38

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:56 am
דורך וויכטיג מאכער
דא האסטע איינס אן רעדיאו...

https://www.amazon.com/gp/aw/d/B01MXWRZ ... ref=plSrch

ס'האט ריקארדינג, דאס איז א כשר'ע מאדעל... אן א SD card slot און אן רעדיאו...

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:58 am
דורך טאטלע
It's a $50 difference

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:58 am
דורך וויכטיג מאכער
טאטלע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועלעכע האסטע געקויפט?

https://www.amazon.com/gp/product/B00VXMXU38



פאר די קליפ דזשעם איז נישטא קיין סאפטוועיר אראפצונעמען רעדיאו, געבעס אריין צו קרן שמואל ישעי אדער אויב ביסטו אין ווילי איז דא ביי לי עוו פאוטא א טעקנישן יעדע צווייטע זינטאג, זיי ברעכן עס ארויס פיזיקל... אבער דו פארלירסט טעקניקלי די וואראנטי, ווייל סיז צובראכן... דאס איז נאך א מעלה פון די נייע, מ'דארף נישט צוברעכן און דו האסט א 2 יאר וואראנטי...

געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:01 am
דורך וויכטיג מאכער
טאטלע האט געשריבן:It's a $50 difference



קודם כל, סיז נאר 45 דאללער, שנית סיז 16 גב און ס'האט ריקארדינג, און ס'קומט אן רעדיאו און וואסער רעזיסטענס... און מער פון אלעם, אויב דו ביסט עכט אינטערעסירט קענעך דירעס ערלעדיגן פאר ארום 15 - 20 דאללער ביליגער... פאר מער קום אין אישי...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 3:37 pm
דורך טאטלע
is possible to take out radio from SanDisk Clip Sport

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 4:09 pm
דורך עין טובה
יא. טראג עס אריין צו טע"ג

געשריבן: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:01 pm
דורך בועז
וואס טוט מען מיט א סענדיסק קליפ ספארט עם פי טרי פלעיער ווען ביים אנצינדען קומט ארויף
File system eror restart device or format for recovery.
צרה איז מ'קען עס נישט ריסטארטן אדער פארמאטן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:01 am
דורך אשלג
לעצטנס פרובירט ארויף צו לייגן פון קאמפויטער צו א סענסע אבער די קאמפיוטער כאפט עס נישט אויף, אויף קיין איין usb mode. אבער עס טשארזש זיך.כ'האב שוין פרובירט אויף צוויי אנדערע קאמפיוטערס. איינער מיט עקספיריענס?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:57 am
דורך חכם ממה נשתנה
אשלג האט געשריבן:לעצטנס פרובירט ארויף צו לייגן פון קאמפויטער צו א סענסע אבער די קאמפיוטער כאפט עס נישט אויף, אויף קיין איין usb mode. אבער עס טשארזש זיך.כ'האב שוין פרובירט אויף צוויי אנדערע קאמפיוטערס. איינער מיט עקספיריענס?


קען זיין אז די ווייער איז נישט די ריכטיגע (נישט יעדע ווייער קען פירן דאטא)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 8:07 pm
דורך יוני
אשלג האט געשריבן:לעצטנס פרובירט ארויף צו לייגן פון קאמפויטער צו א סענסע אבער די קאמפיוטער כאפט עס נישט אויף, אויף קיין איין usb mode. אבער עס טשארזש זיך.כ'האב שוין פרובירט אויף צוויי אנדערע קאמפיוטערס. איינער מיט עקספיריענס?


ווען דו גייסט אריין ביי device manager קענסטו עס זען?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:42 pm
דורך אשלג
כ׳האב עס געזעהן אין דיווייס מענעזשער. ס׳איז למעשה געוועהן די ווייער, ווי חכם-ממה-נשתנה האט אנגעצייגט. יישר כח!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:51 am
דורך קענדי'ס
יוני האט געשריבן:
אשלג האט געשריבן:לעצטנס פרובירט ארויף צו לייגן פון קאמפויטער צו א סענסע אבער די קאמפיוטער כאפט עס נישט אויף, אויף קיין איין usb mode. אבער עס טשארזש זיך.כ'האב שוין פרובירט אויף צוויי אנדערע קאמפיוטערס. איינער מיט עקספיריענס?


ווען דו גייסט אריין ביי device manager קענסטו עס זען?

איז עס מעגליך די כשר'ע סענסע??

געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2018 2:38 pm
דורך evernote
הילף: לעצטענס ווערן די טרעקס צומישט, נישט לויטן סדר
קען איינער העלפן?
א דאנק

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:47 am
דורך ניס קראכער
ווי אזוי קען איך מאכן א PLAY LIST אויפן סענסע ?
איך האב פראבירט צו קאפיען א פלעי ליסט פון קאמפיוטער אבער קומט נישט ארויף אלטס א פלעי ליסט