ריקאווערן פיילס וואס מ'האט געמעקט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קאנטאקטן?

וויאזוי?

תיבה אישית ארבעט נישט
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אויב ס'איז נאך נוגע, ס'איז דא א אינגערמאן אין ק"י ער הייסט "שי שלום וואהלבערג" ער איז זייער א גוטע טעקנישאן און אויך זייער ציגענגליך, זיין פאון # איז 8457749344
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

איז נישטא צו באקומען א פראגראם אויפן געוועב אוואו מ'קען ריטריווען געשעדיקטע פיילס ?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

ריזיגען יישר כח
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

ריקאווערן א ריקארדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב א ריקארדער ווי איינער האט מיר בטעות אויסגעמעקט א וויכטיגע פייל ווי אזוי קען איך דאס צוריק ברענגן

איך האב שוין געסוירטשט אויף די אינטערנעט און געטראפן כל ערליי ריקאווערי פראגראמס' פאר אומזינסט פאר געלט, הצד השוה שבהן זיי האבן מיר צוריקגעברענגט אלע אלטע פיילס וואס איך אליין האב אראפגענומען, נאר נישט די ספעציפיש פייל וואס איך דארף

ווייסט איינער פון א גוטע ריקאווערי פראגראם פאר אודיו<?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

אויב איז עס נאר delete דארף דאס ארבעטען
http://www.piriform.com/recuva
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח

די פרי ארבעט אויך צו נאר די וואס מען דארף קויפן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

ריקאווערן א SD קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

איך האב א SD קארד פון בילדער און מען דילעטיד אסאך בילדער אבער איך וויל צוריקברענגען א חלק, וועלכע פראגרעם איז גוט פאר דעם?
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

דארפסט איין זאך געדענקען, אז מיט יעדע פראגראם וואס דו נוצט אויף דעם דרייוו מאכסטו קלענער די טשענסעס צו רעקאווערן מער פיילס.
אויב די פייל איז דיר זייער וויכטיג וואלט איך דיר געראטן צו גיין צו א ספעציאליסט, און צאלן די פאר טאלער (דאס איז וואס איך האב געטוהן)
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

מי יודע האט געשריבן:די פרי ארבעט אויך צו נאר די וואס מען דארף קויפן?

יא
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

my_music האט געשריבן:דארפסט איין זאך געדענקען, אז מיט יעדע פראגראם וואס דו נוצט אויף דעם דרייוו מאכסטו קלענער די טשענסעס צו רעקאווערן מער פיילס.

פון ווי נעמסטו דאס?
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

ווי פרישער די וואונד איז אלס גרעסער זענען די שאנסן צו רעקאווערן, אויב ווערט עפעס ארויפגעלייגט אויף יענע סעקטאר וואס דו ווילס רעקאווערן, איז א דבר פשוט אז די שאנסן ווערן קלענער.
ווען די ראנסט די רעקאווערי פראגראמס טוט עס עפעס אין די עפעקט (איך קען דיר נישט זאגן די טעכנישע טערמס).

פון וואו איך וויס עס איז, ווייל איך האב אמאל אפגעווישט א הארד דרייוו מיט וויכטיגע אינפארמאציע, קודם האב איך פרובירט עטליכע פראגראמען אראפגענומען פון אינטערנעט און פארשטייט זיך ס'האט נישט עכט רעקאווערט, ס'האט רעקאווערט טויזנטער פיילסת אבער אנשטאט ס'זאל צוריקקומען מיט די פייל נאמען, איז עס געווארן איינגעטיילט אין מיני פיילס, ד.ה. איך האב באקומען 20 טויזנט ווארד פיילס, 50 טויזנט טעקסט א.א.וו. עם פי דריי - עם פעג'ס, און ס'איז מיר געווען נוצלאז, גיי זוך א נאדל אין א בארג שטרוי.

נאכדעם ווען איך האב שוין געשאפט טייערערע און בעסערע פראגראם'ס האט עס שוין כמעט נישט געטראפן גארנישט, און אן עקספערט האט גע'טענה'עט אז ס'איז ווייל יעדעס מאל ווען ס'לויפט אזא ריקאווערי פראגראם, וועט דער נעקסטער האבן שוואכערע שאנסן.
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

איך הער, אבער נישט קיין ראי׳ פון דיין מעשה ווייל יעדע פראגרעם ריקאווערט אנדערש, איינ׳ס בעסער איינ׳ס שוואכער, און אז מ׳צאלט געלט איז ווייטער אויך נישט קיין ראי׳ כבר הי׳ לעולמים אז מ׳צאלט און עס איז נישט ווערט קיין סענט.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אויב לייגסטו גארנישט אויף די דרייוו וואס מען וויל רעקאווערען בלייבען די טשאנסען די זעלבע
טאמער איז עס די מעין הארד דרייוו מיז מען אויסלעשען די קאמפיוטער אויפען פלאץ
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

משנה מקום האט געשריבן:אויב לייגסטו גארנישט אויף די דרייוו וואס מען וויל רעקאווערען בלייבען די טשאנסען די זעלבע
טאמער איז עס די מעין הארד דרייוו מיז מען אויסלעשען די קאמפיוטער אויפען פלאץ

האמער שוין א מחלוקת הפוסקים, אבער זאל שוין איינער מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וואס דא גייט פאר, פארוואס אז מ׳לייגט ארויף עפעס מאכט עס שאדן, און אז נישט עפפעקט עס כלל נישט לדבריך, און צו וואס ברויך מען אויסלעשן דעם קאמפיוטער, וואס העלפט עס???
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
ווען דו ווילסט עפעס אויסמעקן פון א פאפיר, וויאזוי מעקט זיך בעסער אז מ'זאל עס נישט קענען ליינען, אויב מעקסטו עס פשוט אויס אדער אויב קאטשקעסטו עס אן?
דאס זעלבע דא, ווען עפעס האט זיך פארמעקט, אויב ווילסטו עס קענען ליינען שרייב גארנישט דעראויף ווייל דאן וועט עס שווערע זיין צו ליינען.

דאס וואס ער זאגט אז אויב איז דאס די מעין דרייוו דארף מען אויסלעשן די קאמפיוטער. פארשטיי איך איז פשוט, ווייל ווען די קאמפיוטער לויפט שרייבט עס ביהיינד. און דאס איז גורם כדלעיל.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

געלעגער האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
ווען דו ווילסט עפעס אויסמעקן פון א פאפיר, וויאזוי מעקט זיך בעסער אז מ'זאל עס נישט קענען ליינען, אויב מעקסטו עס פשוט אויס אדער אויב קאטשקעסטו עס אן?
דאס זעלבע דא, ווען עפעס האט זיך פארמעקט, אויב ווילסטו עס קענען ליינען שרייב גארנישט דעראויף ווייל דאן וועט עס שווערע זיין צו ליינען.

דאס וואס ער זאגט אז אויב איז דאס די מעין דרייוו דארף מען אויסלעשן די קאמפיוטער. פארשטיי איך איז פשוט, ווייל ווען די קאמפיוטער לויפט שרייבט עס ביהיינד. און דאס איז גורם כדלעיל.

yup
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

דא איז ער מסביר בעסער די סיבה פארוואס טאקע מען זאל נישט ארויף לייגן נאך זאכן אויפען הארד דריוו אויב וויל מען עס נאך ריקאווערען, זאגט ער אזוי, ווייל ווען די לייגסט ארויף עפעס אויפען הארד דרייוו, ווערט עס ארויף געשריבן אויפען דיסק פונעם הארד דרייוו, איז ווען עפעס האט זיך אויסגעמעקט מיינט נישט אז עס איז טאקע געווארן אויסגעמעקט, נאר עס איז ווייטער דארט, נאר די זעהסט עס נישט, יעצט ווען די גייסט און לייגסט ארויף נאך זאכן איז דא גרויסע טשענסעס אז עס זאל פשוט ווערן איבער געשריבן אויפען זעלבן פלאץ, מילא אז די העסט וועלן שפעטער צירוק ברענגן דאס וואס האט זיך אויסגעמעקט, קען גאר זיין אז ס׳איז שוין נישט בכלל דארט כנ״ל ווייל די האסט עס גענצליך אויסגעמעקט דורכ׳ן איבערשרייבן.
דאס איז מער ווייניגער וואס דער יעניגער שרייבט דארט נאר מיט אביסל זאפט צוגעלייגט, אבער איך בין נאך אלץ מחולק מיט די אלע אזויגעריפענע פאקטן, ווייל איך האלט אז א גוטן ריקאווערי פראגרעם קען אלעס צירוק ברענגן, זאל זיין וואס זאל זיין.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דיין האלטן איז געבויט אויף?

גראדע איז דאס ברייט באקאנט אז איבער שרייבן אפאר מאל איז דאס בעסטע מיטל נישט איבערצולאזן קיין שפירן.
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

אויב מען שרייבט גארנישט ניי אויפ'ן הארד דרייוו, ווי געלעגער און משנה מקום האבן שוין געשריבן, בלייבן די שאנסן פאר ריקאווערי די זעלבע. פיריעד. פינטל. דימפל. פארשטאנדאתא?

דאס וואס my_music פארציילט, אז נאכ'ן פרובירן מערערע פראגראמען ווערן די שאנסן קלענער, איז ווארשיינליך וויבאלד ער האט אינסטאלירט די ריקאווערי פראגראמען אויף דעם קאמפיוטער - אויפ'ן זעלבן הארד דרייוו - וואס ער האט פרובירט צו מאכן ריקאווערי אויף, דעריבער האט ער יא געשריבן נייע אינפארמאציע דערויף. און אויב האט ער פרובירט צו ריקאווערן א פייל דורך איינע פון די פראגראמען, און עס ווידער סעיוון (דעם פייל) צום זעלבן הארד דרייוו, איז ווידער געשריבן געווארן נייע אינפארמאציע.

בלויז דעם אקט פון ראנען די רעקאווערי פראגראם, טוט נישט איבערלאזן קיין שום אפעקט אויפ'ן הארד דרייוו (סיידן דער דרייוו ליידט פון א פיזישע פראבלעם).

יהושע, עס איז אוממעגליך צו קענען צוריקברענגן אינפארמאציע אויב דער הארד דרייוו איז געווארן אינגאנצן איבערגעשריבן מיט אנדערע אינפארמאציע. עס איז פשוט פיזיקס. אדער ליגט דארט די ארגינעלע פייל, אדער די נייע פייל. עס איז אוממעגליך אז דער הארד דרייוו זאל האבן די נייע אינפארמאציע, און אין דער זעלבער צייט האבן די אלטע אינפארמאציע. (אויב יא וואלט דער דרייוו געווען א פיר גיגאבייט דרייוו, נישט צוויי. שטימט?)
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

געלעגער האט געשריבן:דיין האלטן איז געבויט אויף?

תרגום יונתן האט געשריבן:יהושע, עס איז אוממעגליך צו קענען צוריקברענגן אינפארמאציע אויב דער הארד דרייוו איז געווארן אינגאנצן איבערגעשריבן מיט אנדערע אינפארמאציע. עס איז פשוט פיזיקס. אדער ליגט דארט די ארגינעלע פייל, אדער די נייע פייל. עס איז אוממעגליך אז דער הארד דרייוו זאל האבן די נייע אינפארמאציע, און אין דער זעלבער צייט האבן די אלטע אינפארמאציע. (אויב יא וואלט דער דרייוו געווען א פיר גיגאבייט דרייוו, נישט צוויי. שטימט?)

דאס האב איך געטראפן שנעלערהייט, דארטן שרייבט ער בהמשך הדברים בזה הלשון:
Your first thought may be that when you 'delete' the file, the data is gone. Not quite, when you delete a file, the operating system does not really remove the file from the disk; it only removes the reference of the file from the file system table. The file remains on the disk until another file is created over it, and even after that, it might be possible to recover data by studying the magnetic fields on the disk platter surface
קוקט אויס אז דער זכרון ארבעט מיר נאך יא, ס׳מיר געלעגן אין קאפ אז כ׳האב עס ערגעץ אמאל געזעהן, איך שהוא כ׳האב עס נאר דארט אויבן אריין געווארפן למען האמת, פארשטייטצעך אז צו דעם דארף מען לכאורה אראפ רופען די עף בי איי, דאס געט מען נישט איבער פאר אזעלכע קליינע מענטשעלעך.
און ״תרגום״ זייער פיין געזאגט, נאר מ׳קען עס אפשר פארשטיין ווייל יעדער זאך וואס ליגט אין ריסייקל בין נעמט אויף ווייניגער פלאץ ווי ווען ס׳ליגט סתם אויפען הארד דרייוו, כש״כ דארט ווי ס׳איז געווארן איבער געשריבען, מילא איז נישט אזא גרויסע קשיא, אבער דאס איז סתם פאנטאזיעס, איצטער אויסגעטראכט, דער אמת לאמיתו וועט משיח מגלה זיין.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יהושע האט געשריבן: it might be possible to recover data by studying the magnetic fields on the disk platter surface.

אזוי ווי דו זאגסט, אפשר FBI, דאס ווערט נישט אנגעריפן אז מ'קען עס צוריקברענגען,
געוויסע קאמפעניס קענען עס טיהן אבער די פרייזן לויפן געווענליך פון 1500 און ארויף

יהושע האט געשריבן:יעדער זאך וואס ליגט אין ריסייקל בין נעמט אויף ווייניגער פלאץ ווי ווען ס׳ליגט סתם אויפען הארד דרייוו.

זיכער דערין?
כ'מיין ס'נאר א צווייטע פאלדער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

ריסייקל בין נעמט אויף די זעלבע פלאץ, סיידן קאמפרעשאן איז אנגעצינדן.

וועגן שטודירן די פלאטעס, דאס איז טאקע די סיבה פארוואס געוויסע סטאנדארטן פארלאנגען צו איבערשרייבן דעם דרייוו עטליכע מאל. (געוויסע פארלאנגען 7 אדער מער.)
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

קודם כל א גרויסן ש'כח אייך מנהלים פארן צוזאם שטעלן די צוויי אשכולות, דאס איז א געוואלדיגע עצה, מאכט זיך אפט אז איינער עפענט אן אשכול, און ער ווייסט פשוט נישט אז ס'איז שוין דא א רעדע פון דעם ערגעץ ווי, און אז מ'שמעלץ עס צוזאמען ווערט עס א דבר השלם, איך האב כסדר דעם פראבלעם, און איך האלט מיך אפט מאל אפ פון שרייבען, ווייל גיי ווייס, אפשר איז שוין דא אן אשכול דערוועגן, און אויב יא ווי זוכט מען עס אפיר, ס'האט דאך נישט קיין פנים צו עפענען אן אשכול פאר יעדע קלייניקייט, און צו מאל קען עס גאר זיין א גרויסן פארליסט, אפילו דאס וואס איך שרייב איצטער מיינעך קומט נישט דא אריין, אבער מענין לענין באותו ענין האב איך מיר ערלויבט, (וואס זאל איך טוהן, איך בין א פראפעקשעניסט)
די עיקר צום פוינט, דא האט איר דריי פרי פראגראמען, צו ריקאווערן דאטא, ס'קוקט אויס גוט, אבער נאך נישט אויספראבירט.
http://www.snapfiles.com/get/pcinspector.html
http://www.snapfiles.com/get/mjmphotorecovery.html
http://www.snapfiles.com/get/smartrecovery.html
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”