שווארצע סקרין!!!

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

שווארצע סקרין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

איך וויל מיטיילען אביסל פארן עולם וואס איך האב געהאט די פארגאנגענע וואך מיט מיינ׳ס א חבר, דער חבר מיינע האט געהאט ביי זיך אינדערהיים אוועק געלייגט א קליינטשיגע קאמפיוטער׳ל, אונז וועל מיר עס איצטער אנרופען נעטבאק, די מעשה מיט דעם נעטבאק׳ל איז זייער נישט קיין איינגינעמע, אבער דאך מיז דער אמת אמאל ארויס געזאגט ווערן.

פאר א שיינע פאר יאר צירוק אין א גרינעם דינסטאג איז ער געגאנגען שלאפן, דאס הייסט ער צונד זיך ווייטער אן, אפילו דער גרינער לעמפעל זעהט מען, אבער דער סקרין בלייבט שווארץ, און זונט יעמאלט וויל ער זיך נישט דערוועקן, וויפיל מען האט אים פראבירט צו מינטערן אבער אן ערפאלג.

איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך שוין געוואלט מייאש זיין, דאך איז מען ארום געלאפן צו פארשידענע טעקנישענ׳ס אד״ג, אבער די מוטלאזע תשובה פון די אלע איז אלץ געווען די זעלבע, ס׳איז א שאד אריין צו לייגן סיי וועלכען סארט פיאסטער דערינען, ווייל צו איינהאנדלען א נייע וועט שוין קאסטן די זעלבע סאמע, מילא איז א שאד די מיטשעניש, א שאד אידיש געלט.

קיין אנדערען ברירה האבן מיר ממילא נישט געהאט, און מ׳האט אים געלאזט שלאפן ראויגערהייט, אזוי איז דורך געלאפן איין יאר,און נאך א יאר, עס איז שוין געווען דעם פערטן יארצייט אבער ער וויל זיך נאך אלץ נישט דערוועקן, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואספארא צער דאס האט גורם געווען פאר אירע עלטערן, אבער וואס קען מען טוהן, מ׳איז דאך געווען אובד עצות.

אקיצור כ׳העל נישט מאריך זיין, איך בין דאך נישט געקומען דא צום עולם מאכן אן אפעיל, כ׳העל צוגיין גראד צום פאוינט, די פארגאנגענע דאנערשטיג איז געווען דער טאג פונעם ישועה, איך אליין בין דארט געווען בשעת מעשה, ובעיני ראיתי ווי דער נעטבאק׳ל האט אויפגעמאכט זיינע אויגן, וואונדער איבער וואונדער, יעדער איינער וואס איז דארט געווען בשעת מעשה האט אויסגעשריגן ברוך מחיה המתים, הודו לה׳ כי טוב וגו׳.

ווען איך האב אים געפרעגט וואס איז דאס, היתכון? ווי ביסטו געווען די אלע יארן??? האט ער גענטפערט מיט אזא פרעכן קאלטקייט אז ״ער האט זיך צוגעשפארט פאר א וויילע״, און מיט אזא קאלטן בלעכענעם פנים קוקט ער מיר צירוק, און זאגט מיר, איך וועל מיר יעצט אויך נישט עפענען ביז מ׳וועט אין מיר אריין לייגן דעם אלטן קאוד, נו אודאי בעט ער דאס, ווייל אינדערצווישן קען מען דאך נאך אריין כאפן נאך א שטיקל נאפץ, אבער מען האט זיך מיט דעם אויך אן עצה געגעבן בע״ה ווי איר וועט ליינען ווייטער.

יעצט אויב האט איר אויך אוועק געלייגט ערגעץ ווי אזא מחוצף׳ל ביינאייך אינדערהיים, פראבירט דאס אויס, אפשר וועט ער דעם שפראך יא פארשטיין.

געטראפן האב איך עס דא, נאר פאר ווער עס פארשטייט נישט לאטייניש העל איך עס איבערטייטשן אויף מאמע לשון:
מיינעם איז א
acer aspire one AOA150
זיי זאגן דארט אז די מיטל וועט נאר ארבעטן פאר AOA150 און AOA110.
איז אזוי מ׳דארף אפדעיטן די
BIOS
וואס דאס מיינט פרעגט מיר נישט, ווייל איך ווייס נישט, נאר אזויפיל האב איך פארשטאנען וואס איך האב צוטהון.
1) גיי דא
און זיך אויף דיין מאדיל נעטבאק.
2) דערנאך וועסטו זעהן דארט די ווארט bios גיי אריין דארט אין דאונלאויד די פייל, עס איז א winrar פייל עקסטרעקט עס.
3) דארט וועט איר טרעפן פארשידענע פיילס, מיר דארפן נאר האבן צוויי פייל׳ס פון דארט, די רעשט איז אין אונזער פאל קלאבן, נעם דעם bios פייל און rename עס פון 3309.fd אדער 3310.fd צו zg5ia32.fd און דער צווייטער rename פון flashit צו flashit.exe
4) איצטער נעם די צוויי פיילס, און לייג עס אריין אין א ליידיגען USB אבער פארדעם דארף מען פארמעטן די USB און מאך זיכער אז פאר די פארמעט׳ס עס שטעל עס אן דארט אויף fat, פארשטאנדאתא.
5) מאך זיכער אז די נעטבאק איז איינגעפלאגט, און די קאמפיוטער איז אויסגעלאשן.
איצטער נעם דעם USB, שטעק עס אריין אויף די לינקע זייט פונעם נעטבאק.
6) דריק אראפ דעם fn צוזאמען מיט די Esc, און אין די זעלבע צייט דריק אראפ דעם power button.
7) יעצט ווארט ביז די לעמפעל אויף די power button נעמט זיך בלינקן, לאז אויס דיין האנט פון די power button, ווארט 5 סקונדעס און דערנאך לאז נאך דעם fn און די Esc.
8) עס קען נעמען צווישן 1 און 7 מינוט, בשעת׳ן אפדעטן גי bios וועט די סקרין זיין שווארץ, און די לעמפעל אויפן USB און אויפען power button וועט בלינקען.
9) אויב איז עס נישט געלאנגען נאך איין מאל מאך איבער דעם זעלבן שפיל אפאר מאל ביז די וועסט זעהן ווי די נעטבאק ריסטארט זיך.
לעושה נפלאות גדולות כי לעולם חסדו.
לעצט פארראכטן דורך יהושע אום זונטאג פעברואר 12, 2012 11:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

און פין יענעם שרייבסטו די תגובה ??
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

שטרוי האט געשריבן:און פין יענעם שרייבסטו די תגובה ??

נישט פארשטאנען, וואס באדערט אייך?
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק פאר די אינפארמאציע.
---
אגב, שלום עליכם.
--
וועגן שטרוי, לכאורה באדערט אים גארנישט, נאר געווענליך ווען מען זאגט אז אזאך איז געפיקסט געווארן פירט מען אויס, און די תגובה איז געשריבן געווארן דורך דעם. פארדעם פרעגט ער צו די תגובה איז געשריבן געווארן דורך יענע קאמפיוטער.
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

למעלה משבעים האט געשריבן:א דאנק פאר די אינפארמאציע.
---
אגב, שלום עליכם.
--
וועגן שטרוי, לכאורה באדערט אים גארנישט, נאר געווענליך ווען מען זאגט אז אזאך איז געפיקסט געווארן פירט מען אויס, און די תגובה איז געשריבן געווארן דורך דעם. פארדעם פרעגט ער צו די תגובה איז געשריבן געווארן דורך יענע קאמפיוטער.

עליכם שלום, ווען מ׳זאלט ווען קענען, וואלט איך מיר אויפגעשטעלט מלא קומתי פאר אזא בן שבעים ווי אייך, יהי כאילו הייתי...
און א ייש״כ פארן מסביר זיין ער׳ שטרוי׳ן, ער פרעגט דאך יא צו דער זאך, איך בין דא א גרינער, קען איך דאך נישט די מנהגי הקרעטשמע.
און גראדע ניין, איך שרייב נישט פון דארט, ווי כ׳האב שוין אויבן דערציילט אז ס׳איז מיינ׳ס א חבר׳ס געווען, מילא ליגט עס איצטער ביי אים שטייטסעך.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

יישר כח 'למעלה משבעים',
און אנטשולדיגט אייך 'יהושע', פאר'ן נישט גענוג מעיין זיין אונעם תוכן התגובה,
(געמיינט האב מיר, אייך צוציהעלפן מיט'ן עס אויפסעטטן, אויב וואלט זיך אויסגעפעלט.)

וברוך הבא,
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

שטרוי האט געשריבן:יישר כח 'למעלה משבעים',
און אנטשולדיגט אייך 'יהושע', פאר'ן נישט גענוג מעיין זיין אונעם תוכן התגובה,
(געמיינט האב מיר, אייך צוציהעלפן מיט'ן עס אויפסעטטן, אויב וואלט זיך אויסגעפעלט.)

וברוך הבא,

יישר כח אייך אלע פארן מיך אויפנעמען אזוי ווארעם :grin:
איך האב טאקע פארגעסן צו שרייבן די סויף פון די מעשה, ווי אזוי כ׳האב מיר טאקע אריין געזעהן אין דעם נעטבאק, למעשה האט ער שוין געהאט פארגעסן דעם קאויד, איז וואס טוהט מען, די מבינים ווייסען אבער אז ס׳דא א באהאלטענע אדמיניסטרעטער אקאונט, אנצוקומען אהין דארף מען ריסטארטן דעם קאמפיוטער, און דריקן דעם F8 בשעת מעשה, און עפענען דעם קאמפיוטער דורך safe mode אז מען קומט אן אהין זעהט מען גלייך דארט דער ערשטער אקאונט הייסט אדמיניסטרעטער, פון דארט האבעך מיר אריין געזעהן אינעם מוח׳ל און זיך אנגעפאנגן דרייען ווי ביים טאטען אין וויינגרטן, שטייטצעך איך בין נישט געווען צופרידן מיט דעם, כ׳האב דאך מורא געהאט אז די זעלביגע וואס איז געשעהן ביים ערשטען מאל וועט געשעהן נאך אמאל, ער וועט זיך מיר אויסלעשן אינמיטן העלן טאג, און זיך לייגן שלאפן, איך ווייס דאך נישט ווי דער ווערעמעל איז באהאלטן, בין איך געגאנגען און צירוק געברענגט דעם נעטבאק אזוי ווי ניי, ווי יעצט געקויפט, דאס קען מען מאכן דורך ריסטארטן און בשעת מעשה דריקן ALT+F10 און דאס וועט אייך פירן צום recovery mode.
בדרך אגב, יעדע קאמפעני האט זיך זיין וועג ווי אזוי צי ריקאווערן דעם קאמפיוטער צו די פעקטערי סעטינג׳ס.
לעצט פארראכטן דורך יהושע אום זונטאג פעברואר 12, 2012 11:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יישר כח יהושוע'לע.
וואס איז נאר נישט אויפגעוואקסן פון דיר. פון אן ארויסגעווארפענע בחור צו אזא קאפ. פשיהא..
אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס פארשטייער »

יהושוע'לע, האסט געוויסט אז די שרייבסט גוט?

א סאך מאל איז בעסער אז מען ווייסט נישט... בלייבזע מיט אונז און זיי אונז מהנה.
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

אזוי גייט עס געווענליך ביי מיר בע״ה, אז אין וואס איך לייג מיר אריין בס״ד בין איך דער מציון, קעניינעהארע.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דיין מנהל האט אויך אזוי געהאלטן?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

מן הסתם, נאר ווי כ׳פארשטיי האט ער געוואלט אז כ׳זאל מיר אויסצייכענען אויף זיין וועג, ליידער ליידער דערלייגט מען א סך דורך דעם וואס מ׳איז נישט צופרידן פון די ביסל וואס מ׳האט יא.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”